Original scan
Original memorial-book scan 143
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1216

ספר לוקאו ו 139 די רעכטע פועלי־צױן האט געשאפן א סטאלערײ, כדי צו לערנען א פאך יענע חברים, װאם קלײבן זיך צו פארן קײן ארץ־ישראל. מײסטער און אנפירער פון װארשטאט איז געװע ן זאקהײזער. ער האט באקומען דעם ערשטן סערטיפיקאט און ער געפינט זיך איצט אין ישראל. ױגנט־קאמיטעט ״פרײהײט״ װעגן דעם כוח, װאם די רעכטע פועלי־צױן האבן מיט זיך פארגעשטעלט אין לוקאװ, קען עדות זאגן דער פאקט, אז די פ.פ.ם., די שטארקסטע פוילישע פארטײ אין לוקאװ, האט ער ב דעם 1טן מאי זיך געװענדט צו די רעכטע פועלי־צױן• אז זײ זאלן צוזאמען דעמאנםטרירן דעם 1טן מאי. צום ערשטן מאל אין דער געשיכטע פון לוקאװ האבן האנט בײ האנט מארשירט פוילישע און ײדישע ארבעטער אונטער געמײנזאמע לאזונגען פון פרײהײט און ברױט פאר די הונגעריקע מאסן. דער טאג פון 1טן מאי איז דאן אויסגעפאלן אום שבת. די שטעטלשע ײדן האבן זיך געזאמלט אויף די צענטראלע גאסן. מען האט געװארט מיט אומגעדולד. אונדזערע חברים האבן זיך געזאמלט ארום דעם פארטײ־לאקאל. איך האב אויפגעהויבן די פארטײ־פאן פון פועלי־צױן און מיר האבן גענומען מארשירן. אונדזער רעדנער אויף דער טריבונע איז געװען ד״ר יחיאל האלפערן; מצד די פ.פ.ם. איז ארויסגעטראטן דעפוטאט דיבוא.

passage_1d1e10e8e7c2854112f249b9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1218-1456

אין די יארן 28—1927 װער איך מיטגעריסן מיט אן אנדערן שטראם • איך פארלאז לוקאװ אויף א געװיסער צײט . װאם עם איז געװארן מיט דער גרויסער פארטײ , װעלכער איך האב אװעקגעשענקט א םד כוחות — איז מיד נישט באקאנט . אין די

passage_08f3c3099632b1da08d2954d