138 סםר לוקןןװ די טעטיקייט מער געװענדט מיטן פנים צו די ארבעטנדיקע שיכטן. ביםלעכװימ איז די רעכטע פועלי־צױן געוואח די גרעםטע ײדישע פארטײ אין לוקאװ. זי איז געװען טעטיק אויף אלע געביטן: אין דער פראפעםיאנעלער באװעגונג׳ אין די ײדישע און אין די אלגעמיינע איגםטיטוציעם אין שטאט. בארימט איז געװען די קולטור־ארבעט פון דער פארטײ, װי די אװנט־קורםן פאר העברעיש׳ ײדיש׳ פויליש און געשיכטע פאר ארבעטער און ױגנט. קאמיטעס סון פועלי צױן דער םפארט־קלוב ביי די רעכטע פועלי־ציון, דער אײנציקער אויף דער ײדישער גאם אין לוקאװ, איז געװען דער שטארקםטער אין אונדזער ראיאן. נישט איץ מאל האט געטראפן, אז נאךא זיג איבעח קריםטלעכן םפארט־קלוב בײ דער גימנאזיע, איז דער ײדישער ספארט־קלוב געװארן ״באלוינט״ מיט שטײנער אין די קעפ פון די ײדישע שפילער• נאכן באזוך פון לאחשער פועלי צױניםטישן ארבעטער־טוער ליתער קרוי איז די פארטײ נאך מער געשטארקט געװארן. עס האט זיך געשאפןא ליטערארישער קרית אונטער דער אנפירונג פון די חברים קרוי, משה פינקעלשטײן, שמעון שײנבערג, ליברײך, משה פעלצמאן, מאטל פעלצמאן, משה גאטעםדינער, לאה בארענשטײן, יעקב ליכטענשטײן א״א. מיר פלעגן םיםטעמאטיש אײנארדענען ליטערארישע אונטערנעמונגען. מיר האבן געהאטא דראמקחת, װאם האט געגעבן טעאטראלע פארשטעלונגען.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1296
passage_7dab4707c3fa97bc4fc80e47