Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 144
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1248

140 םםר לו?אוו שװערע מלחמה־יאת האב איך געטראפן חברים׳ מיט װעלכע איך האב צחאמען געשאפן די סארטײ רעכטע פועלי־צױן. אויך אין ישראל געפינען זיךא גרויסע צאל געװעזענע רעכטע פועלי־צױניםטן פון לוקאװ׳ װאם זענען געקומען אין לאנד ארײן, א טײל דורך םערטיפיקאטן, אוןא טײל מיטן גרויםן שטראם נאכן חורבן. יחיאל ראזענבלום ״השומר הצעיר״ װי אזוי האט אויםגעזען די יידישע יוגנט אין לוקאװ אײדער עם איז געשאפן געװארן די באװעגונג ״השומר הצעיר״ז וױ באװוםט איז לוקאװ געװעןא פעסטונג פון דער אגודה אין דער גאנצער םאדלאשער געגנט, און פארשטײט זיך, אז זי האט געהאטא השפעה אויף דער דערצױנג פון דער ײדישער יוגנט. אבער אין די יארן 17—1916, בעת דער דײטשער אקופאציע, איז אין לוקאװ געװעןא שטארקע םאציאליםטישע באװעגונג, און אויך די ציוניםטישע באװעגונג האט אנגעהויבן אױפלעבן. דעם אמת געזאגט, איז דער צױניזם נאך געװען שװאך לגבי די לינקע פארטײען. עם האבן זיך געפונען געצײלטע אלגעמײנע צױניםטן, װאס פלעגן אויםקויפן דעם ״שקל״, זיך צונויפקומען ״טרינקעןא גלעזל טײ״ און ״רעדן״ װעגן ארץ־ישראל. אבער נאך פוילנם באפרײונג, װען די רעװאלוציע־ כװאליע האט זיך דערוױיטערט פון לוקאװ, האט אנגעהויבן שטארקער צו װערן די צױניםטישע באוועגונג.

passage_35d4eb3887698f2e8d6cb9fd
Passage 2normalized OCR · source chars 1250-2128

די ״צעירי־צױן״ האט געפירטא לעבעדיקע טעטיקײט און עס איז אנטשטאנען א תרבות־געזעלשאפט. ײדן האבן אנגעהויבן גרײטן זיך צו פארן קײן ארץ־ישראל. שפעטער איז אנטשטאנען די פועלי־ציון־פארטיי, װאם האט געשאפןא הכשרה־קבוצה, וװ מ׳האט זיך געלערנט םטאלעױי. דאם הײםט נישט, אז די ״אגודה״ האט אױפגעהערט הערשן אין שטאט;א גרויםער טײל פון דער ױגנט האט נאך געלערנט אין ישיבה און בית־מדרש, אבער ״מזרחי״ האט שוין געפירטא שטארקע ארבעט. זי האט געעפנטא שול פון5 כיתות, וװ מעז האט גענומען לערנען נביאים און כתובים, װאס איז ביז דאן געװען װי טריף־פםול. די קינדער, װאם האבן געלערנט אין דער מזרחי־שול, זעגען געװען דער אװאנגארד פאר דער ציוניםטישער ױגנט, און פון דער דאזיקער ױגנט זענען געקומען די גרינדערם פץ ״השומר הצעיר״. איך געדענק דעם לערער אין דער ״מזרחי״־שול, סישער פון מעזריטש. ער פלעגט

passage_96e24e9f55dec6b61e52eb5c