ספר לוקאר ו 41נ דערציילן װעגן ארץ־ישראל, שילדערן דאס לעבן םון השומר אין א^ףישראל. די הנהלה פון ״מזרחי״ איז נישט גערוען זייער צופרידן פון אזא מין לערער. אנשטאט צו לערנען אונדז תנ״ד אחמשניות פלעגט ער אונדז דערציילן װעגן די נייע קיבוצים אחמושבות. יחיאל ראזעבבלום א גרופע פון 6—8 חבר׳ה פלעגן מיר זיך אנהייבן טרעפן אפט. צווישן זיי זענען געווען ביידע פעלצמאנס/יעקב לעמבערג׳ מרדכי מילער׳ דוד ראזענשטאק און איך. א מאל פלעגט אויך קומען א מיידל/בריינדל סלושני. באגעגענען פלעגן מיר זיך אויף קליינמאנס בריקל אדער אויף אפרים סאבאלאװס בריקל. דאן איז דער גאמע פון ״השומר הצעיר״ שוין דערגאנגען צו אונז. מיר האבן שוין געהערט װעגן די ״ײדישע םקויטך/וױיל אין די ארומיקע ערטער האט שוין עקזיסטירט דער ״השומר הצעיר׳״. איין מאל אין א פארגאכט׳ ווען מיר זענען געזעסן אויף אפרים סאבאלאװס בריקל/ האבן מיר דערזען אדורכגיין א חבר׳ה אין קורצע היחלעך מיט שטעקגס אין די הענט און מיט סקויטן־קאפעלושן • סחאנהײב האבן מיר געמיינט׳ אז דאם זענען פוילישע םקויטן׳ אבער באלד האבן מיר דערהערט ווי זיי רעדן צווישן זיך ״עברית ^ — לשון־קודש. מיר זענען זיי נאכגעגאנגען ^ח מיר האבן זיך דערוווסט/אז דאס מארשירן די צופום םון שעדלעץ קײן ראדזין.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1257
passage_5d7f333e0a1b075876ceffda