Original scan
Original memorial-book scan 146
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1097

142 םםר לוקזוו ו מיר האבן זי שטארק מקנא געװען. בײ אונדז 12—13 יאריקע ײנגלעך, האבן זיי אלע אויםגעזען װי העלדן. דער עיקר איז אונדז געפעלן דער אנטאן: די קורצע הויזן, די בלוזקע מיטן ברײטן פאסעק, דאם מעסער אין דער זײט, דער שטעקן מיטן אייזערנעם שפיץ און דער גרויסער םקויטישער קאפעלוש. מיר האבן זיי דערצײלט, אז אויך אין לוקאװ װילן מיר שאפן א ״השומר הצעיר״. די האבן אונדז געהײםן װערבירן מער חברים און צוגעזאגט אונדז צו העלפן. מיר האבן זיך געװענדעט צו עלטערע צױניסטן אין לוקאװ נאך הילף בײם שאפן א גרופע פון ״השומר הצעיר״, אבער זיי האבן זיך ארויסגעדרײט. מיר האבן זיך געװענדעט צו די ״צעירי־ציון״, האבן זיי אונדז פארבעטן צו זיך אין לאקאל, ערגעץ הינטער דעם שעכטד׳ויז. דארט האט גאטעםדינער אונדז גענומען אגיטירן, אז מיר זאלן ארײנטרעטן אין ״צעירי־צױן״. װען מיר האבן געטענהט, אז מיר װילן זיך ״השומר הצעיר״, האט ער געעגטפערט: ״גוט, װעט איר זיץ ״ד׳שומר הצעיר—צעירי ציון״. מיר זענען אװעק מיט גארנישט. אן ענלעכער אויפנאמער האבן מיר געהאט בײ ר׳ אברהם זשיטא פון ״מזרחי״.

passage_57315ee45bd97d0616ef5093
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1099-2430

מיר האבן אים דערצײלט, אז מיר װילן גרינדן א ״השומר הצעיר״ און געבעטן, אז מען זאל אונז אפגעבן א קלײן צימערל פון קלײנמאנם הויז, װאם דער ״מזרחי״ האט פארנומען. ער האט אונז גענומען צורעדן, אז מיר זאל ארײנטרעטן אין ״מזרחי״. ער האט גענומען שרײען, אז מיטן ״טײטל״ װעלן זײ ארויםטרײבן דעם שונא פון לאנד. װען מיר האבן געפרעגט, װאם ער מײנט דערמיט, האט ער אויפגעקלערט, אז מיט תורה ועבודה װעט מען אײננעמען ארץ־ישראל. אבער מיר האבן געטענהט אײנם: מיר װילן זײן ״השומר הצעיר״ . צו יענער צײט זענען מיר שוין געװען אין א גרעסערער צאל. מיר האבן אײנגעלאדן א חבר פון מעזריטש, און אויף דער גאם, דאם הײםט אויפן פעלד, האבן מיר געשאפן די ױגנט־ארגאניזאציע ״השומר הצעיר״ אין לוקאװ. אויב איך האב נישט קײן טעות, איז דאם געװען אין יאר 1924 . די ארגאניזאציע האט אנגעהויבן װאקסן פון טאג צו טאג. מיר האבן אפגעדונגען 2 צימערלעך בײ ״מזרחי״. ביז װאם-װען, נאך אײדער דער ״השומר הצעיר״ האט אפיציעל עקזיסטירט, האבן מיר, ד. ה. פעלצמאנם, מילער און איך, אנגעהויבן טראגן קורצע הויזן. און דאם האט געמאכט א ״רושם״. מיר האבן זיך דערפילט שטארק און מיר זענען שוין מער נישט אראפ פון טראטואָר װען מיר האבן זיך באגעגענט מיט פוילישע ײנגלעך (בדרך־כלל פלעגן ײדן אראפגיץ פון טראטואָר און אדורכלאזן די שקצים) .

passage_27ef913ea580023295aa0ae7
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2432-2767

אין דער ״פאװשעכנע״ שול האבן דאן געלערנט צװײ ײדישע לערערס׳ דאנציג און ראזענצװײג׳ אץ איז ײדישע לערערקע׳ אלטמאנאװא, מיר האבן זיך געװענדעט צו זײ נאך הילף. ראזענצװײג האט זיך תיכף איבערגעגעבן מיט אלע כוחות דער ארבעט פון ״השומר הצעיר״. ער האט זיך געשטעלט אין שפיץ פץ דער ארבעט׳ געװארן ״ראש הקן״.

passage_5ab0414cc08aa2d320611f83