כפר יוקאו ו 143 די יוגנט פון אל ע שיכטן האט געשטראמט אין ״השומר הצעיר״. אין לוקן װ זענען געווען 4 מינים יוגנט: 1. די פרומע, וואס האבן געלערנט אין ישיבה און בתי-מדרשים: 2. בירגערלעכע יוגנט, וואס האט געלערנט אין פוילישע שולן און זיך אנגעשטרענגט צו רעדן אין גאס פויליש; 3. קינדער פון בעלי־מלאכות, דאס הייסט ״פארגעשריטענע״ נישט קיין חסידישע עלטערן און 4. די ״לינקע״ יוגנט, קינדער פון ארבעטער, האראפאשניקעס און ארעמע קרעמער, וואס זענען אריין אין קאמוניסטישע אדער בונדישע יוגנט־ארגאניזאציעס. יוגנטלעכע ראיאדקאפיסעט פון השומר־הצעיר די אלע פיר שיכטן האבן זיך אנגעשלאסן אין ״השומר הצעיר״, סיי פון דער ״אינטעליגענץ״, סיי פון די פרומע, און סיי פון די ארבעטנדיקע. א גרויסע השפעה האט געהאט דער אויבנדערמאנטער לערער ראזענצװײג. און אפשר האט אויך געװירקט די הלבשה, וואס האט אויסגעגלײכט רײך און ארעם. אויף די אסיפות איז געווען אבליגאטאריש דער שומרישער אוניפארם. געװען אזעלכע יוגנטלעכע, וואס פלעגן קומען מיט די קאפאטעװ איבער דעם שומרישן אנטועך... נאך א יאר עקזיסטענץ זענען אין ״השומר הצעיר״ געווען 350 יוגנטלעכע. מען האט געמוזט דינגען א גרעסערן זאל. צו דער ארגאניזאציע איז צוגעקומען די ״אינטעליגענץ״ מיט זשיטלאװסקא בראש, די ביידע שװעסטער ברעבניק. מענדל
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1299
passage_30356fb351d11500c8a985a8