Original scan
Original memorial-book scan 153
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1084

מ. בארנשטיױ השומר־הצעיר אין לוקאװ דאם גרינדן די ארגאניזאציע השומר־הצעיר אין לוקאװ איז געווען א נײעם נישט בלויז פאר דער ױגנט און עלטערע אין לוקאװ נאר דאם איז געווען א נײעם אוי דמא ר די גרינדער זעלבסט. מיר האבן פשוט נישט געװוסט װי צוצוגיץ צום ענין. מיר האבן נישט געהאט די מינדסטע אנונג װי אזוי אנצוהײבן, כדי צו שאפן דעם ערשטן קערן םו ן השומר־הצעיר, נישט קוקנדיק װאם אין אלע ארומיקע שטעט איז השומר־הצעיר שוין געװען אין פולן טעמפא פון דער ארבעט, װי למשל אין שעדלעץ, ראדזין, מעזריטש, ביאלע און אפילו אין קאצק און אין אנדערע שטעטלעך. געװען איז דאס אין 1925—1926, װען ם׳איז צארגעקומען די םאראײניקונג םו ן די צעירי־ציון מיט פועלי־צױן און ממילא מיט די יוגנט־ארגאניזאציעס צ.ם. מיט י.ס.א.י.־ יוגנט, האבן מיר, עטליכע יוגנטלעכע פון דער צ.ם.־ױגנט, אויסגענוצט די געלעגנהײט צו פארלאזן די צ.ס.־ױגנט מיטן תירוץ, אז מיר זענען קעגן דער פאראיעיקונג. מיר האבן באשלאסן צו גרינדן אין לוקאװ די ארגאניזאציע פון השומר־הצעיר, צו װעלכער אונדז האט שוין געצויגן א לענגערע צײט.

passage_aa385971783a5fa7944cf850
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1086-2362

געװען איז דאס אין א זומער־אװנט, װען דרײ ױגנטלעכע־איך, זיםל פעלדמאן און שמואל ליכטער ז״ל, האבן באשלאסן זיך צו װענדן צו ישראל ראזענצװײג עד זאל אונדז העלפן גרינדן דעם השומר־הצעיר און זיך שטעלן אין שפיץ פון דער טעטיקײט. ישראל ראזענצװײג איז געקומען קײן לוקאװ פון װארשע. ער איז געװען א לערער אין א רעגי־ רונגס־שול אין אקאװ. מיר האבן געזען פאר זיך א מענטש מיט בילדונג א גרויסער אינטעליגענץ, װאס לוקאװ האט אפילו נישט געקענט חלומען װעגן אזא מענטש. מיר האבן אויך געפילט, אז דער לערער ראזענצװײג האט א הײס ײדיש הארץ װער װאלט געװאלט עפעס טאן פאר דער ײדישער ױגנט אין לוקאװ, נאר מען דארף זיך װענדן צו אים. מיר, די גרינדער פון השומר־הצעיר, האבן נישט געהאט קײן אנדער ברירה, װײל אן א פירער האבן מיר נישט געקענט אפילו טראכטן װעגן גרינדן דעם השומר־הצעיר, און מיר האבן געטראכט, אז ישראל ראזענצװײג איז פשוט אראפגעפאלן פון הימל, כדי צו העלפן אונדז. איך װעל קײן מאל נישט פארגעסן, װי מיר, די דרײ פארשטײער, זענען ארײנגע־ קומען צו אים אין דירה און פארגעלייגט אונדזער ביטע. ער האט אונדז געענטפערט, אז ער נעמט זיך אונטער מיטצוארבעטן און אויך שטיץ אין דער אנפירערשאפט סון דער ארבעט, ס׳איז זיך נישט פארצושטעלן אונדזער שמחה,

passage_043f8e7204b8c9f81e5f1582
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2364-2626

גערעדט און געטאן וישראל ראזענצוױיג איז גלײך צוגעטראטן צו דער ארבעט, ער איז אװעקגעפארן קיץ װארשע, זיך געװענדט צום פירער פון השומר־הצעיר אין ווארקוע, יהודה גאטהעלף, און ער האט געברענגט פעקל מיט ליטעראטור אץ אנװײזונגען ווי אזוי 149

passage_92668cc24f2ad89e1c32613c