150 םםר לוקןןו ו אנצוהײבן ארבעטן. ראזענצוױיג האט גלײך ארגאניזירט א גרופע ראשי־קבוצות און אינטענסױו אנגעהויבן צוגרײטן די ראשי־קבוצות, זײ זאלן קענען אנהײבן אנפירן מיט די קבוצות, װאם װעלן זיך פארשרײבן. מיר האבן גלײך אנגעהויבן פארשרײבן יוגנט־ לעכע. די יוגנט האט פשוט געשטראמט. מיר האבן נישט געגלײבט, אז מיר װעלן האבן אזא דערפאלג. עס זענע ן געקומען יוגנטלעכע, װאם האבן זיך ארומגעדרײט אין די גאסן, זענען געזעסן אויף די בריקלעך און האבן נישט געהאט װאם צו טאן. דאם איז געװען די ערשטע קבוצה און איך בין געװען זײער ראש־קבוצה. דער גרעםטער טייל פון דער קבוצה געפינט זיך אין ישראל. מיר האבן אײנגעטיילט די יוגנטלעכע אין קבוצות, גדודים, און די ארבעט פון קן איז אוועק מיט גרויס דערפאלג. מיר האבן געהאט די אונטערשטיצונג פון די רעכטע ציוניסטישע ארגאניזאציעס, מאראליש און מאטעריעל. מיר זענע ן געװען די אײנציקע יוגנט־ארגאניזאציע בכלל אויף דער ײדישער גאס, װאם האט דערצויגן די יוגנט אין גײסט פון סקויטינג און פון זיך דערנענטערן צו דער נאטור. דערפאר זענע ן מיר געװען דער ליבלינג פון די ציוניסטן — די רעכטע און די לינקע. די ערשטע הנהגה פון קן השומר־הצעיר אין לוקאװ איז געװען: 1) ישראל ראזענצװײג (ראש הקן), 2) מ. בארענשטײן, 3) זימל פעלצמאן, 4) שרד, גאלדשטיץ, 5) משה אײזנער, 6) צבי ליכטער. א קבוצה סון.השומר הצעיר „
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1370
passage_7863576d5046dab2cffbaf90