150 םםר לוקןןוו אנצוהײבן ארבעטן. ראזענצוױיג האט גלייך ארגאניזירטא גרופע ראשי־קבוצות און אינטענםױו אנגעהויבן צוגרײטן די ראשי־קבוצות, זײ זאלן קענען אנהײבן אנפירן מיט די קבוצות׳ װאם װעלן זיך פארשרייבן. מיר האבן גלײך אנגעהויבן פארשרײבן יוגנט־ לעכע. די ױגנט האט פשוט געשטראמט. מיר האבן נישט געגלײבט, אז מיר װעלן האבן אזא דערפאלג. עם זענען געקומען ױגנטלעכע, װאם האבן זיך ארומגעדרײט אין די גאםן, זענען געזעםן אויף די בריקלעך און האבן נישט געהאט װאם צו טאן. דאם איז געװען די ערשטע קבוצה און איך בין געװען זײער ראש־קבוצה. דער גרעםטער טײל פון דער קבוצה געפינט זיך אין ישראל. מיר האכן אײנגעטיילט די יוגנטלעכע אין קבוצות, גדודים, און די ארבעט פון קן איז אװעק מיט גרוים דערפאלג. מיר האבן געהאט די אונטערשטיצונג פון די רעכטע צױניםטישע ארגאניזאציעם, מאראליש און מאטעריעל. מיר זענען געװען די אײנציקע ױגנט־ארגאניזאציע בכלל אויף דער ײדישער גאס׳ װאם האט דערצויגן די יוגנט אין גײסט פון סקויטינג און פון זיך דערנענטערן צו דער נאטור. דערפאר זענען מיר געװען דער ליבלינג פון די ציוניםטן— די רעכטע און די לינקע. די ערשטע הנהגה פון קן השומר־הצעיר אין לוקאװ איז געװען: 1) ישראל ראזענצװײג (ראש הקן), 2) מ. בארענשטײן, 3) זיםל פעלצמאן׳ 4) שרד, גאלדשטיץ, 5) משה אײזנער, 6) צבי ליכטער. א קבוצה סון.השומר הצעיר״
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1370
passage_7863576d5046dab2cffbaf90