סםר לוקאוו 151 עס זענען געװען יידישע יוגנטלעכע אין לוקאװ, װאם האבן נישט געקענט געפינען קיין תיקון אין געזעלשאפטלעכן לעבן. די יידישע ארבעטער־ױגנט איז די נישט געװען צום הארצן. די בירגערלעכע ױגנט איז נישט געװען ארגאניזירט. זײ װאלטן זיד זײער געװאלט אסימילירן, אבער די פוילישע ױגנט אין לוקאװ האט די נישט געװאלט אויפנעמען. זענען זיי אלע װי אײנער געקומען זיד פארשרײבן. מיר האבן זײ אויסגענומען זײער שיץ, נאר אז מען האט אנגעהויבן רעדן װעגן ״הגשמה״, פארן קײן ארץ־ישראל לעבן אין קיבוץ— זענען די אנטלאפן. בײ אונדז איז דאם נישט געװען קיץ פארלוםט, וױיל מיר האבן געװוםט, אז זײ װעלן נישט אויסהאלטן קיץ ײדישקײט. דער ערשטער ארויםטריט איז געװען ל״ג־בעומר.א סס2 ױגנטלעכע האבן מארשירט איבער די לוקאװער גאסן אנגעטאן אין םקויטן־קלײדונג, אוןא נאכט מיטא טאג םאר־ ברענגט אין װאלד, וװ עס זענען פארגעקומען פארשידענע םקויטישע שסילערײען, און אייד רעפעראטן ״מעניני־דױמא״, דער עיקר װעגן לעבן אין ארץ־ישראל. דער אויםםלוג האט געמאכט אן איבערקערעניש אין לוקאװ. די פאליאקן האבן נישט געװאלט גלײבן, או די ײדן קענען אויד זיץ םקויטן אץ מארשירן פרײ, מיט פארריםענע קעם• איד װיל בא־ מערקן, אז דער ציוניםט בענדערמאן האט פיל געהאלפן אין דעם פײערלעכן ל״ג־בעומר־ אויםפלוג. ער פלעגט בכלל העלפן דעם השומר־הצעיר.
א דאנק דעם השומר־הצעיר איז אויד ארגאניזירט געװארן די ארבעט פון קק״ל אין לוקאװ. יעדע פארטײ האט געשיקט עטלעכע מענטשן אין ועד. דער םעקרעטאריאט םון קק״ל איז געװען אין די הענט פון השומר־הצעיר. דער השומר־הצעיר אין לוקאװ האט געפירטא זײער פארצװײגטע טעטיקײט נישט נאר אינערלעד. מיר פלעגן אײנארדענען פארשידענע פארלעזונגען׳ װי אויד פאליטישע און קולטורעלע אונטערנעמונגען. כדי צו זאמלען געלט פארן קק״ל פלעגן מיר אײנארדענען בלימל־טעג, רעפעראטן׳ און אויד מאםקנבעלער. אין יאר1930 זענען אפגעפארן די ערשטע השומר־הצעיר־חברים םץ לוקאוו קיץ ארץ־ישראל. דאם זענען געװען: מ. בארנשטיץ און זיםל פעלצמאן. גאנץ לוקאװ איז געקו־ מען זיך געזעגענען מיט די ערשטע עולים פון השומר״הצעיר. ס׳איז םןןרגעקומעןא געזע״ גענונגם־אוונט און דער קאמיטעט פון לוקאווער קק״ל האט געפלאנצט10 בײמער אין יער הערצל אויף זײער נאמען. די ארבעט פון השומר־הצעיר האט זיד געפירט ביז די היטלער־באנדעם׳ צוזאמען מיט די פוילישע באנדיטן, האבן חרוב געמאכט דאס יידישע לוקאװ.