Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 168
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-886

א שפאציר איבערן מארק יחיאל ראזענבלום די שטאט האט געהאט עטלעכע מארקן: דעם בהמה־מארק, דעם חזיר־מארק און דעם גרויםן מארק אין צענטער שטאט. טאקע איבער דעם לעצטן גרויםן מארק װעל איו איצט מאכןא שפאציר אין מיץ זכרון. מעגלעך׳ אז דא און דארט װעל איך זיך לענגער םארהאלטן, כדי גענויער צו שילדערן עמעצן פון די געשטאלטן, אבער מיר דוכט זיך, אז דאם איז כדאי צו טאן פאר דער לעבעדיקײט פונעם גאנצן בילד. אין דער צײט םון די גרויםע ירידים איז דער מארק געװען פול מיט םוחרים און מיט פויערים פון דער גאנצער געגנט ארום לוקאװ. אפילו איןא געװײנלעכן דאנער־ שטיק האט דארט געראיעט מיט קויפערם און פארקויפערם. אבער מיץ איצטיקן שפאציר מאך איך איןא געװײנלעכן טאג, װען די קרעמערם שטײען אין די טירן און קוקן אויםא קונה. איך הײב אן מיט פרומקינם שניט־קראם. דארט האט מען געקענט באקומען אלץ׳

passage_a132c7109b900ff232d58535
Passage 2normalized OCR · source chars 888-2272

ודאם מען דארף האבן בײם צוגרײטן מלבושים. אפילו די שנײדערם האבן דארט אפט געקויפט, אנשטאט צו פארן קײן װארשע, װי מ׳האט זיךא מאל געפירט. נעבן פרומקינם געשעפט זענען געװען נאך עטלעכע מאנופאקטור־קראמען, צװישן זײ— פון ר׳ אשר ראזען׳ אן עלעגאנטער מענטש. ער איז געװען אן אגודד׳שער דאזאר אין דער קהילה. זײן טאכטער מאשע איז געװעןא חברה אין ״השומר הצעיר״. זי האט זיך געהיטן פארן פאטער, אז ער זאל זיך דאם נישט דערװיםן. אבער עם איז מיט דעם מײדל געשען אן אומגליק: זי איז משוגע געװארן. דער פאטער האט זיך געשעמט, מורא געהאט אז די שטאט זאל זיך נישט דערװיםן, האט ער זיך געװענדעט צו ״השומר הצעיר״, אז מען זאל אים העלפן. זי באקומט אפט אנפאלן פון װילדקײט און מען מוז זי בינדן, מיר פלעגן גיץ אויף גאנצע נעכט, כדי צו װאכן בײ איר, ביז מען האט זי אװעקגעפירט אין אן אנשטאלט פאר גײסטיק־קראנקע אין װארשע, איבער ר׳ אשרם געשעפט, אין הויף׳ האט געוץינט מאירקע דער טויבן־כאפער. ער פלעגט פארדינגען ראװערן אויף דער שעה, צום לערנען זיך פארן. אין װינקל איז געװעןא גאלאנטעריע־געװעלב, ״טרישלם געװעלב״. דארט, אין דרויםן, האט מען שטענ־ דיק געזען דאס ״קעצעלע״—א שטילער צעדרייטער בחור. פץ דארט האט דער װעג געפירט צו דער מעזריטשער גאם, װאס איר אפיציעלער נאמען איז אײגנטלעך געװען די בערעק יאםעלעװיטש־גאס. באלד אין עק האט מען 164

passage_a3e8be98fbe253c4a28c4d1e