ספר לוקא װ 167 גרױמע לצים. אוי ב צוזיי פלעגט אתינפאלן א פויער, האבּן זיי אזוי לאנג אים געפאטשט אין האנט אריח״דם פרייז״, ביז יענער האט זיך אנגעהויבן דרייען פחמייטיק אח מםכים געװען. אין מיטן מארק זענען אויך געשטאנען די בעל־עגלות. בעיק ר געדענק איך לייביש דעם הויכן. דער ײד אליץ איז געװען א ריז, דער ױאגן דינער איז געװען א גרויםער, און דאס פערד איז געװען פון אזא פארנעם, אז קײן צוױיטס אזא געדענק איך נישט. אויף אט דעם װאגן זענען תמיד געזעסן די טרעגערס מיט ״בעזראנטשקי׳(אן א האנט) בראש. מיר, ײנגלעך, פלעגן זיך שטענדיק חידושן אויף דעם טרעגער, װאם מיט אײץ האנט האט ער געשלעפט צװײ זעק צוקער מיט א מאל, אנשטאט אײן זאק, װאס אנדערע האבן געטראגן. די טרעגערס פלעגן זיך דערצײלן פארשידענע װונדערלעכע מעשיות, אדער זיי האבן זיך אויסגעפרװוט די כוחות אין א געװעט ביי אויפהײבן לײבישם װאגן מיט אײץ האנט. מען האט זיך אויך געװעט װער עס װעט קאנען מער אויפעסן מיט אײן מאל, למשל, א 40 הארטע אײער, אדער װער עס װעט אויסטרינקען א 20 קוםלעם ביר.
אויפן מארק פלעגט אויך שטיקן דער אויטאבו ם פון ראדזין אדער קאצק. געהילף פון שאפער איז געװען םראליק — א מאדנער טיפ. ער האט געהאט אן אפענע האנט׳ קיץ זלאטע האט בײ אים נישט געשפילט קײן ראלע. װען מען האט בײ אים געבעטן געלט פארן קרן־קימת, האט ער אפט געגעבן מער װי א גביר. אבער עס האט געטראפן, אז ער האט געדארפט ״אפזיצן״ פאר א גנבהלע. ער האט זיך באקענט מיט א מײדל אין װארשע, און מחמת דעם, װײל ער איז, װײזט אויס, געװען שטומפיק אויף דער עברי, האט ער מיך געבעטן, אז איך זאל אים שרײבן די ברױו צום מײדל. צו דעם צװעק האט ער געקויפט דאס בעסטע קאלירטע זײד־פאפיר, ארײנגעלײגט אין די בריװ רויטע בענדעלעך און באשפריצט די קאנװערט ן מיט פארפום. װען ער איז ״געזעםן״, האב איך שוין אליץ פאר אים געשריב ן די בריװ. דערפאר האט ער מיר צוגעזאגט, אז אויב ער װעט טרעפן אין װעג א ״שומרניק״ אדער א ״חלוץ״, װעט ער אים אויפנעמען אין אויטאבו ם אן געלט. אגב, פאר מײן אפפאר קײן ארץ־ישראל, האט ער מיך געטראפן אין װארשע און שטארק געבעטן אים צו באזוכן און זען זי ח פרוי. איך בין געװען איבערראש ט צו טרעפן א שײנע א ח אײדעלע פרוי. ״זעמסט* , האט ער צו מיר געזאגט ״א דאנק דײנע בריװ האט זי חתונה געהאט מיט מיר״...
דאם, װאס איך האב איצט געװיזן, איז בלויז א טײל םחדעם אלעם, װאס האט זיך געפונען אויפן מארק. געװען נאך אסך ארעמע און רײכע געשעםטן. אבער װער איז איצט אין שטאנד אויסצורעכענען גענוי אלע קראמען, צו געדענקען אלע מענער און פרויען, װאס האבן פון דעם מארק געצויגן דיער חױנה ז