Original scan
Original memorial-book scan 172
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1127

ישעיהו כה ן 1920 אין לוקאװ אין לוקאװ איז די שטימונג געווען אן אנגעשטרענגטע. מען האט געשמועסט, אז דער פראנט איז געבראכן, די באלשעװיקן האבן פארנומען בריסק און זיי דערנענטערן זיך צו לוקאװ. אין די גאסן האט אן אויפהער מארשירט דאס אפטרעטנדיקע פוילישע מיליטער און מען האט מאביליזירט די גאנצע יוגנט. אין א געװיסער נאכט האט מען גענומען אלס פאליטישע ערובניקעס א רײ געזעלשאפטלעכע טוערם, צווישן זיי הײבלום און פרומקין, און מען האט זיי אװעקגעשיקט. מען האט געזאגט, אז מען האט זײ געפירט קײן לובלין. די מאכט־ארגאנען און די פאליצײ האבן אנגעהויבן זיך עװאקואירן. די ײדן האבן אנגעהויבן אײנארדענען באהעלטענישן אין די קעלערם. זײ האבן מורא געהאט פאר רויבערײען און פארגװאלדיקונגען. מען האט אויסגעשמירט די מײדלעך מיט םאזשע, אנדערע האט מען איבערגעטאן װי ײנגלעך.. . דער בירגערמײםטער האט גערופן א רײ שטאט־אײנוװינער און געשאפן פץ די א בירגער־מילי ץ מיט קאמינםקי בראש. אין דער דאזיקער מיליץ האבן זיך אויך געפונען ײדן, װי אברהם טשיטא און אנדערע. אבער אין א שײנעם פרימארגן, נאך אײדער די מיליץ האט באװיזן איר טעטיקײט,

passage_d79984164727e7f53b5e5a7d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1129-2482

האט מען דערהערט רעדן רוסיש. מען האט פארשטאנען, אז די ״גאולה״ איז געקומען. מען איז ארויס פון די באהעלטענישן און זיך געחידושט װאם מען זעט בלויז זעלנער 1 מען דערקענט נישט צװישן זײ קײן אפיציר. די רוםן האבן זיך כםד ר געפרעגט װי װײט ע ם איז נאך קײן װארשע. א ם ך פון זײ זענען געװען א ן שיך, אפגעריםן׳ די ביקםן — אנגעהאנגען אויף שטריקלעך. אבער אויף די היטלעך האבן א ם ך פון די זיך אויפגעשריבן ״װארשאװא״ . די באפעלקערונג איז ארויס אין גאם. קי ץ קאפעלושן האט מען נישט געטראגן, נאר קאשקעטן. דאם האט אויסגעזען מער ״פראלעטאריש״. עם איז געשאפן געװארן א ן ארבעטער־מיליץ, מיט רויטע לענטע ם אויף די ארעמם. אין דער מיליץ האט מען אויך געזען ײדן, װי זאקאלי ק א מ ישראל גאלדגעװיכט . די נײע מאכט האט באפוילן צו עפענען די געשעפטן. די זעלנער האבן זיך דא לאז געטאן איינקויפן. זיי האבן זיך נישט געדוגגע ן און געצאלט, פארשטײט זיך, מיט זײער םאװיעטי ש געלט. די םוחרים האבן נישט אריענטירט זיך װיפל צו פארלאנגעז ־ געשטיצט זיך אויפן אמאליקן צארישן רובל. בײ די קונים איז עם אבער אויסגעקומען זײער ביליק, זײ האבן געהאט גענוג געלט, מען האט אפילו געשמועםט, אז אויפן מארק שטײט א מין מאשינדל, װאם קלאפט די באנקנאטן. זײ זענען געװען שפאג ל נײ. דעם זעלבן טאג איז גערופן געװארן א מיטינג אויפן מארק־פלאץ. מען האט אונדז 168

passage_442504d5c142c66782c11ff8