םסר לוקא װ 169 פארגעשטעלט די נייע בעלי־בתים פון שטאט — א ציווילע קאמיסיע פאר דער ציווילער באפעלקערונג. איינער פון די איז געווען א הייזעריקער יונגערמאן. טייל האבן געזאגט, אז ער איז א רוסישער קאמיסאר, און אנדערע האבן געטענהט, אז ער איז א לאדזשער יידישער בחור. ער האט אבער נישט גערעדט קיין יידיש, נאר דייטש. א צווייטער, דער פאליטישער קאמיסאר, איז שוין געווען א טיפישער רוס. ער האט גערעדט מיט א שארפן רוסישן אקצענט, און אז ער האט אנגעהויבן, האט עס אויסגעזען ווי ער וועט קיין מאל נישט ענדיקן רעדן • דער ערשטער איז נישט געווען קיין גרויסער רעדנער. ער האט בלויז געזאגט בקיצור, אז זיי זענען געקומען אונז באפרייען און שאפן פאר אונז א בעסער לעבן, א געזיכערטע צוקונפט פאר דער גאנצער מענטשהייט. דער צווייטער, דער געניטער רעדגער, האט דערקלערט, אז אייגנטליך דארף די רויטע ארמיי נישט האבן פוילן. רוסלאנד האט גענוג ערד. די רויטע ארמיי גייט באפרייען גאנץ אייראפע, און דער וועג פירט דורך פוילן. ווען זיי וועלן אריין קיץ דייטשלאנד, און דייטשלאנד וועט ווערן קאמוניסטיש, וועט די רעוואלוציע אין אייראפע זיץ געזיכערט. די ביידע רעדנער האבן פארענדיקט מיט די לאזונגען! ״זאל לעבן טאװארישטש לענין! זאל לעבן טאװארישטש טראצקי • זאל לעבן די רויטע ארמײ! ״
די לוקאװער ײדן האבן אויסגעהערט די רעדעס און דאן האט יעדער אײנער זיך געפרעגט־ ווו נעמט מען אויף פרנסה? אין די געשעפטן איז געװארן אלץ װייניקער םחורה. מען האט רעקװיזירט אלע זאפאסן. אזוי האט מען ביי הערש רובין רעקװיזירט דאס מעל מיטן צוקער און מען האט אים באפוילן דאם אלץ אלײן אנצולאדן אויף די פורן. ״גענוג שוין עקספלאאטירט די ארבעטער״. ״עמך״ האט אבער פון דעם גארנישט געהאט — אויסער דעם װאס מען האט ארויסגעגעבן מיטאגן.
אײן מאל, אין א שבת־נאכמיטאג, האט מען גערופן א מיטינג בײם קולטור־ פאראײן. ווען דער עולם האט זיך גענומען זאמעלן, איז אדורכגעגאנגען א מיליטער־ אפטײלונג און בראש פון איר זענען געריטן אױף פערד צוויי קאמיסארן. די קאמיסארן האבן פארקערעוועט די זעלנער צום מארק, געלאזן זיי רוען און אװעקשטעלן די ביקסן. און איינער פון די קאמיסארן איז ארויף אויפן באלקאן פון קולטור־פאראײן. דער פארזיצער האט געמאלדן, אז עס װעט רעדן א חבר פץ דער רויטער ארמײ. װי דער שטוינט זענען מיר געװארן, װען דער קאמיםאר האט אנגעהויבן רעדן אין א שיינעם זאפטיקן יידיש, מיט די ווערטער: ״גוט שבת, ליבע ייִדן״. ער האט אויפגעקלערט סאר וואס ייִדן גייען איצט נישט אין בית־מדרש אריץ צו מנחה״ נאר ד,ער ן די באלשעװים טישע דרשות. דער מיטינג. האט ער געזאגט, איז וויכטיקער ווי דאווענען מנחה, װײל דאוזענען איז עבד און דער מיטינג איז עתיד... ער האט זיך געזעגנט און דערצײלט, אז ער איז דעם מינסקער רבם א זון. ער גייט אויפן פראנט. מעגלעך, אז ער וועט פאלן אין שלאכט, אבער דאס איז כדאי, װײל ער גײט זיך שלאגן פאר א בעסערן מארגן פאר דער מענטשהײט. צום סוף האט ער אין נאמען פון לענין און טראצקי אונז געווונטשן אלדאס גוסס.