Original scan
Original memorial-book scan 174
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1226

170 םםר לוקא װ ער איז אראפ פון באלקאן. ארויפגעשפרונגען אויפן פערד, געגעבן א באפעל צום מיליטער — און אװעקמארשירט. דער דאזיקער מיטינג האט איבערגעלאזט א געוואלדיגן אײנדרוק. מען האט געגלײבט, אז עס קומען טאקע בעסערע צײטן, און אז עס איז כדאי דערפאר צו לײדן. אומעטום האט מען גערעדט װעגן דעם קאמיםאר און זײן רעדע • אבער אויפן צו מארגן נאד מיטאג האט מען אנגעהויבן באמערקן פרעמדע ײדן פון די ארומיקע שטעטלעך מיט אימה אויף די פנימער. זײ האבן דערצײלט, אז די רוםן אנטלויפן און די פאליאקן קומען צוריק. די צאל פליטים פון די שטעטלעד איז אלץ גרעםער געװארן און עס איז געװארן א בהלה. א םך האבן באשלאםן צו אנטלויפן צוזאמען מיט דער רויטער ארמײ. באלד האט מען געזען וױינענדיקע פרויען און ניענער מיט קלײנע פעקעלעך. ישעיהו כהן מיט זײן םוטצ ר איך בין דאן אלט געװען 15 יאר. איך בין אריץ אין שטוב און דערצײלט דער מוטער װאס אין דרויסן טוט זיך. אבער זי האט שױן געװוםט פון דעם אלעם און געזאגט צו מיר: ׳,דו ביסט אויך א מאנספארשוין, איז טו װי אלע, לויף אויך. די פרויען װעלן די אפשר נישט טשעפען״. די ײדן פון די ארומיקע שטעטלעך האבן דערצײלט, אז די פאליאקן פײניקן שטארק די ײדישע מענער.

passage_d523c24d51c4248493725116