172 םםר לוקאװ איך בין געװען מיד און געװאלט זיך צולייגןא ביםל שלאפן איןא װינקל פון בית־ מדרש. אבער עם זענען געװען בעלנים נאך פאר מיר און עם איז מעד קיץ פלאץ גישט געװען. איך בין ארוים אויפן שולהויף אץ אװעקגעלײגט זיך אויפן גראז. נאך דעם מארש פון לוקאװ קײן שעדלעץ איז זיך מיר געשלאפן גאנץ געשמאק. פלוצלונג האט מיך אויפגעװעקטא ײד פון לוקאװ, םוכאװאלםקי, און מיך געפרעגט םאר װאם איך שלאף דא אין דרויםן. איך האב אים דערצײלט, אז איך האב דא נישט קײנעם, קײן געלט האב איך אויך נישט און איך האב נאך הײנט נישט געגעםן• ער איז אװעק און מיר געברענגט עפעם צום עםן. ער האט מיר אויך צוגעזאגט אײנצו־ ארדענען דארט װו ער שלאפט, אז אויך איך זאל דארט קענען איבערנעכטיקן. דערוױיל האב איך דערזען װי עם פארן אן לאםט־אויטאם, און אויף זײ— די מיליץ פון לוקאװ מיט די רויטע ארעמבענדער און מיט די ביקםן. און זײ בלייבן נישט אין שעדלעץ, נאר זײ לויפן וױיטער. באלד װערטא װיםטע בהלה. אלץ לויפט. דער פראנט רוקט זיך צו. די מענער אנטלויפן שוין אויך פון שעדלעץ. זײ געזעגענען זיך מיט די װײנענדיקע פרויען. די גאס װערט אפגעליידיקט. איך בלייב אליין. וואם זאל איך טאןן איך האב נישט קיינעם, וויים נישט וװ צו גײן, און איך האב נישט קײן כוח צו גיץ. אבער בלייבן דא אין מיטן גאם איז דאך אויך נישט קיץ תכלית.
איך גײ ארוים עטלעכע קילאמעטעד אויםער די שטאט. איך זע נישט קײנעם, אפשר, טראכט איך, בין איך גאר אװעק איןא פארקערטער ריכטונג און איך גײ גלײך צום פראנט? גיי איך צוריק קיץ שעדלעץ. די שטאט איז לײדיק. מען זעט נאר רוםישע פאט־ ראלן מיט די קינזשאלן אויף די ביקםן. די טויערן זענען פארשלאםן. בלויז נעבן איץ האלב־אפענעם טויער זע איך עטלעכע מענטשן. איך גײ צו און הער זיך אײן װאם מען רעדט. קײנער פרעגט מיך נישט דוער איך בין און װאם איך טו דא. איץ ייד רופט זיך אן: ״נו, קינדער, מען דארף פארמאכן דאם טויער״— און אויך איך גײ אריץ אינעװײניק. די מענטשן זענען אװעק צו זיך אין די שטובן און איך בין וױדער געבליבן אלײן.
איך האב באשלאםן אנקלאפן אין דער ערשטער בעםטער טיד און בעטן, אז מען זאל מיך לאזן איבערנעכטיקן. איך װעל דערצײלן, אז איך בין פון לוקאװ, אפשר קען װער פון זײ מײן משפחה. איך בין געגאנגען פון טיר צו טיר און נישט געהאט קיץ דרײםט־ קײט זי צו עפענען. ערשט אויפן העכסטן שטאק, ביי דער לעצטער טיר, האב איך אנגעקלאפט. די מענטשן האבן זיך דערשראקן. איך האב אויםגעשאטן מײן גאנצן פזמון. אבער קיינער פון זיי האט נישט געקענט קיץ לוקאווער און מיין משפחה— אוודאי נישט. דאס איז געװען אן ארעמע שטוב מיט עטלעכע קינדער. פון אנדדיב האט די פרוי מיך נישט געוואלט אריינלאזן, אבער איך האב נישט געװאלט אפטרעטן, געבעטן רחמיפ. דער מאן האט זיך ארײנגעמישט אץ איבערצײגט דער פרוי, אז מען דארף מיך לאץ איבערשלאפן. די פרוי האט גענומען שײלן קארטאפל. וױיזט אוים, אז זי גײט קאכן װעטשערע. איך בעט גאט, אז די פרוי זאל ק,ײגןא גוטן געדאנק מיר אויך צו געבןא ביסל װארעמם.