Original scan
Original memorial-book scan 179
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-716

םםר לוקןן װ 175 גענומען דאם האנטעך און צוריק ארויס, זענען זײ שוין נישט געײען. צוריק ארײן אין בית־מדרש האב איך נישט געקענט׳ װײל דאס טויער איז געווען פארמאכט. איך האב באשלאסן צו גי״ץ א הײם אלײן. איך האב אנגעטראפן אויף א זשאנדאר־ מעריע־פאטראל׳ באגריםט זײ מיט א ברײטן ״חשען דאברי״ און דרײסט זיך געםרעגט װוס׳איז דער װעג קײן לוקאװ. זײ האבן געפרעגט װער איך בין און געפאדערט בײ מיר א דאקומענט. איך האב זײ דערצײלט א מעשר״ אז די באלשעװיקעס האבן מיך געכאפ ט אויף טרײבן בהמות און פארשלעפט קײן שעדלעץ. גענעכטיקט האב איך אין בית־מדרש. דער פאטראל איז אװעק אין בית־מדרש, ארויםגענומען פון דארט אלעמען אץ אונז אפגעפירט אין דער פאליציי.

passage_fd3838bb4ff29a798c67c8ee
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 718-1782

אין פאליצײ־אמט איז געזעסן א פאליצײ־אפיציר און א פרוי אין װײסן, זי האט אויסגעזען װי א קראנקנשװעםטער. זי האט זיך אנגערופן־״אזעלכע זענען זיי, די ײדן. װען אונדזערע זענען געװען, האט מען נישט געזען קײן אײן ױגנטלעכן. װי נאר די באלשעװיקעם זענען געקומען, זענען זיי ארויס פון די לעכער״... די ארעסטירטע זענען געװען איבערגעשראקן. װען עמעצער איז ארײן, האבן מיר אלע זיך געמוזט אויפשטעלן ״נא באטשנאשטש״. עס זענען ארײנגעקומען צװײ זעלנער און זיך געפרעגט װער מיר זענען. דער פאליציאנט האט געענטפערט, אז מיר זענען רויטגװארדײער. זיי האבן גענומען שלאגן מיט די ביקסן־קאלבעם. װען זיי זענען אװעק, זענען געקומען אנדערע זעלנער און װידער אנגעהויבן שלאגן. איך האב באקומען די ערשטע קלעפ אץ אנידער־ געפאלן אויף דער ערד. אויף מיר זענען געפאלן אנדערע. ישראל שרהלעם, א קאמאשנ־ מאכער פון פאסטעװניק האט שרעקלעך געשריגן. אבער װאס מער ער האט געשריגן, אלץ שטארקער האט מען אים געשלאגן. נאך די קלעפ האט מען די פארחלשטע באגאסן מיט װאםער, און דאן געדדיםן אלע אויפשטײן.

passage_724d9f24eb3938487a3d7a36
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1784-2937

צװישן די ארעסטירטע האט מען ארײנגעפירט א פאליאק, װאס איז געװען א מיליציאנער ביי די באלשעוויקעס. ער האט געלייקנט. דער פאליציי־באאמטער האט ארויםגעשלעפט פון שופלאד א רויטע לענטע און אים געוויזן: ״דאם איז די ץ לענטע, צי נישט ז״ דער פאליאק האט אנגעװיזן אויף די יידן: ״זיי, זײ זענען באלשעװיקעם״. דערויף האט דער פאליציאנט אים דערלאנגט מיט א שטעקן איבער דער פלייצע אץ געשריגן ״א זײ זענע ן באלשעוויקעס, זענע ן זיי דא ך יידן. אבער דו ז א פאליאק — און א באלשעוויק?״ מען האט אים צו,ײקגעפירט אין ארעסט און די םאליציאנטן האבן װייטער געפייניקט די יידן, אנגעװיזן אויף עטלעכ ע מיט די פינגער: ״דאס איז טראצקי... דאם איז לעניף... ארום 12 א זייגער זענע ן געקומען מיליטערלײט אץ אויסגעמארש ט יעד אײנעם. די מיליטער־פליכטיקע האט מען אפגעפירט אין תפים ה אריץ. מען האט אונח ארײנגע־ שטופט אין ענגע צעלעם. צעװײטיקטע און מיגע האט מען זיך געװארפן אויםן שמוציקן שטרוי. איך בין געשלאפן ביז פארטאג. װען איך האב געעפנט די אויגן, האב איך דעחען, וױ אלע ײדן זאגן תד.ילי ם און װיתי, זײ האבן געטראכט, אז מיר אלע זענע ן פארמשפט צום טויט.

passage_9f6831424a0315c729d0aa45