Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 179
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-716

םםר לוקןןװ 175 גענומען דאם האנטעך און צודיק ארויס, זענען זײ שוין נישט געײען. צוריק ארײן אין בית־מדרש האב איך נישט געקענט׳ װײל דאס טויער איז געווען פארמאכט. איך האב באשלאסן צו גיץא הײם אלײן. איך האב אנגעטראפן אויףא זשאנדאר־ מעריע־פאטראל׳ באגריםט זײ מיטא ברײטן ״חשען דאברי״ און דרײסט זיך געםרעגט װו ס׳איז דער װעג קײן לוקאװ. זײ האבן געפרעגט װער איך בין און געפאדערט בײ מיר א דאקומענט. איך האב זײ דערצײלטא מעשר״ אז די באלשעװיקעס האבן מיך געכאפט אויף טרײבן בהמות און פארשלעפט קײן שעדלעץ. גענעכטיקט האב איך אין בית־מדרש. דער פאטראל איז אװעק אין בית־מדרש, ארויםגענומען פון דארט אלעמען אץ אונדז אפגעפירט אין דער פאליציי.

passage_fd3838bb4ff29a798c67c8ee
Passage 2normalized OCR · source chars 718-1782

אין פאליצײ־אמט איז געזעסןא פאליצײ־אפיציר אוןא פרוי אין װײםן, זי האט אויסגעזען װיא קראנקנשװעםטער. זי האט זיך אנגערופן־ ״אזעלכע זענען זײ, די ײדן. װען אונדזערע זענען געװען, האט מען נישט געזען קײן אײן ױגנטלעכן. װי נאר די באלשעװיקעם זענען געקומען, זענען זײ ארויס פון די לעכער״... די ארעסטירטע זענען געװען איבערגעשראקן. װען עמעצער איז ארײן, האבן מיר אלע זיך געמוזט אויפשטעלן ״נא באטשנאשטש״. עם זענען ארײנגעקומען צװײ זעלנער און זיך געפרעגט װער מיר זענען. דער פאליציאנט האט געענטפערט, אז מיר זענען רויטגװארדײער. זײ האבן גענומען שלאגן מיט די ביקםן־קאלבעם. װען זײ זענען אװעק, זענען געקומען אנדערע זעלנער און װידער אנגעהויבן שלאגן. איך האב באקומען די ערשטע קלעפ אץ אנידער־ געפאלן אויף דער ערד. אויף מיר זענען געפאלן אנדערע. ישראל שרהלעם,א קאמאשנ־ מאכער פון פאסטעװניק האט שרעקלעך געשריגן. אבער װאס מער ער האט געשריגן, אלץ שטארקער האט מען אים געשלאגן. נאך די קלעפ האט מען די פארחלשטע באגאסן מיט װאםער, און דאן געדדיםן אלע אויפשטײן.

passage_724d9f24eb3938487a3d7a36
Passage 3normalized OCR · source chars 1784-2937

צװישן די ארעםטירטע האט מען ארײנגעפירטא פאליאק, װאס איז געװעןא מילי־ ציאנער ביי די באלשעוויקעס. ער האט געלייקנט. דער פאליציי־באאמטער האט ארוים־ געשלעפט פון שופלאדא רויטע לענטע און אים געוויזן: ״דאם איז דיץ לענטע, צי נישט ז״ דער פאליאק האט אנגעװיזן אויף די יידן: ״זיי, זײ זענען באלשעװיקעם״. דערויף האט דער פאליציאנט אים דערלאנגט מיטא שטעקן איבער דער פלייצע אץ געשריגןן ״אז זיי זענען באלשעוויקעס, זענען זיי דאך יידן. אבער דוזא פאליאק— אוןא באלשעוויק?״ מען האט אים צו,ײקגעפירט אין ארעםט און די םאליציאנטן האבן װייטער געפייניקט די יידן, אנגעוויזן אויף עטלעכע מיט די פינגער: ״דאס איז טראצקי... דאם איז לעניף... ארום12א זײגער זענען געקומען מיליטערלײט אץ אויםגעםארשט יעת אײנעם. די מיליטער־פליכטיקע האט מען אפגעפירט אין תפיםה אריץ. מען האט אונח ארײנגע־ שטופט אין ענגע צעלעם. צעװײטיקטע און מידע האט מען זיך געװארפן אויםן שמוציקן שטרוי. איך בין געשלאפן ביז פאר טאג. װען איך האב געעפנט די אויגן, האב איך דעחען, וױ אלע ײדן זאגן תד.ילים און װיתי, זײ האבן געטראכט, אז מיר אלע זענען פארמשפט צום טויט.

passage_9f6831424a0315c729d0aa45