Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 183
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1328

םםר לוקזזו ו 179 אין דרויסן, און איך בין אריין אין קלאס. איך האב נאכאמאל אמאלן צו דער לעקציע׳ סארן קלונג. ווען איך בין אריין אין קלאס האבן די שילער געקוקט אויף מיר מיט שנאה און געלעכטער. הינטער מיר האט דער פאפאס זון געטרטשעט, אז מען וועט מיר שוין באצאלן. איך האב אפגעשוויגן. די לעקציע איז פארגעקומען נאכמאל און באלד איז ווידער געווען א פויזע. איך בין אבער געבליבן אין זאל. איך האב געזען ווי אלע קרימטלעכע שילערם לויפן ארויס אין הויף אויפגערעגטע. איך האב פארשטאנען, אז זיי זוכן מיך צו דערלאנגן מיר קלעפ. די עטליכע ײדישע ײנגלעך האבן מיך ארומגערינגלט, מיך באדויערט, אדער צוגעגעבן קוראזש. אין 2 שעה ארום האבן די לעקציעס זיך געענדיקט. איך בין ארויס אין דרויסן און דערזען מיך טאטן. ער האט די גאנצע צייט געווארט און מיך געהיטן. צו מארגנס, ווען איך בין געקומען אין שולע, האט מען מיך גערופֿן אין קאנצע־ לאריע. א דערשראקענער בין איך אהין אריין און געטראפן דארט זיצן ארום דעם טיש־ דעם אינספעקטאר טיבילאו, דעם לערער פון רוסיש קאנאפקין׳ דעם לערער פון אריטמעטיק סטאמעוויטש, דעם לערער פון געשיכטע אילאװיטש און דעם םאטער פון געליטענעם, דעם פאפ. דער פאפ האט זיך אויפגעשטעלט און מיך אנגענומען פאר די לאצן 1 דו האסט נעכטן געשלאגן מיין זון ביז בלוט. פאר וואם האסטו דאס געטאן?

passage_f2fdaf87b37e2e1676e22539
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1330-2511

פון אנדוי ב בין איך געווען צעטומלט און נערוועז. אבער באלד האב איך באקומען מוט און אפילו געקומען שרייען־ ער האט געזאגט, אז איך בין א ״בעזבאזשניק״, א גאטלאזער. דער הייליקער פאטערל װײםט דאך אבער דעם אמת, אז מיר, ײדן, זענען נישט קײן אומגלויביקע. איך שװער ביי גאט — האב איך פארענדיקט — אז אויב ער װעט נאך אמאל מיר זאגן דעם זעלבע, װעל איך אים דערהרגענען! דער פאפּ האט אפגעלאזט מיינע לאצן און געהײסן ארײנרופן דעם זון. יענער איז ארײנגעקומען א בלאמער און דערשראקענער. דער פאפּ האט אים געפרעגט: — דו האסט געזאגט אויף פעלהענדלערן ״בעזבאזשניק״? װען דער זון האט גארנישט געענטפערט, האט ער באקומען צװײ פעטש פון זײן הײליקן פאטער. מיר האט ער געזאגט, אז הגם איך בין גערעכט, האב איך אים אבער נישט געדארפט שלאגן ביז בלוט. ביי אײך, ײדן, װײקט מען א ץ מען זאלצט דעם פלייש פארן קאכן, כדי נישט צו עסן קײן בלוט״. ♦ אין א שטיקל צײט ארום האט זיך געגרינדעט דער יידישער .קולטור־פאראימ״. בראש פון אים זענען געשטאנען • די ברידער חײם מאיר און אימשעלע הײבלום, מענדל ליכטנטשטיץ, ירחמיאל לאנדסבערג, די ברידער משד, א ץ נתן צוקערמאן, דער פאטאגראף מיגדאל .

passage_76d7f8b0504f368854acedf0