Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 184
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1291

180 םםר לוקאװ זײ האבן געדונגעןא גרויסן לאקאל אויף װארשעווער־גאס, מיטא גרויםן צימער אויףא לײען־זאל• מען האט געשאפן ביכער און אין גארא קורצער צײט האט שוין פונקציאנירטא ביבליאטעק׳ װאם האט ארויםגעגעבן ביכער צום לײענען. אין די אװנטן פלעגן זיך צוזאמענקומען יוגנטלעכע. די צאל מיטגלידער פון םאהאײן איז כםדר געװאקםן. אלם ביבליאטעקאר האט געארבעט יאםל פערגאמענט. אין גיכן האט יחיאל אײזענבערג אײנגעארדנט אין פאראײןא בופעט׳ אין װעלכן עם איז געװען פון כל־טוב. די יוגנט האט געשטראמט און דער בופעט האט פראג־ רעםירט. יחיאל אײזענבערג האט זיך שוין אלײן נישט געקענט קײן עצה געבן און געמוזט נעמען צו הילף זי? פרוי רבקהלע׳ און טײל מאל האט זי אפילו געבראכט אויך די שװעסטער צו הילף. אין פאראיץ איז געװען ליכטיק׳ װארעם און שײן. עס איז געװעןא פארגעניגן דארט ארײנצוקומען און זיך טרעפן מיט חברים׳ לײענען צײטונגען און שמועםן װעגן ביכער. מיץ אינטימער חבר דוד געװערצער׳ װעלכער געפינט זיך איצט אין ישראל׳ געדענקט דאם אלץ זיכער גוט. ער האט אקטױו מיטגעארבעט אין פאראײן. דער קולטור־פאראײן האט זיך אנטװיקלט מיט יעדן טאג און זיץ שם איז זיך צעגאנגען איבער דער גאנצעד געגנט. מען פלעגט אונדז קומען באזוכן פון שעדלעץ׳ מעזריטש׳ ביאלע און אנדערע שטעט.

passage_86511d8aa0922118a6b8b9a8
Passage 2normalized OCR · source chars 1293-2398

עס װערט אויך געשאפןא מוזיק־םעקציע. מען האט אײנגעקויפט מאנדאלינעם און גיטארעם און אזוי איז געגרינדעט געװארן דער ארקעםטער אונטער דער לײטונג פון אהרונען. עס איז געװעןא פארגעניגן ארויפצוקומען אין די אװנטן אין פאראיץ און הערן די רעפעטיציעס פון דעד מוזיקאלישער םעקציע. אויףא זיצונג פון דער פארװאלטונג איז געפאלןא געדאנק װעגן שאפןא דראמקרייז. דער פארשלאג איז דורך אלעמען אויפגענומען געװארן מיט באגײםטערונג. מיגדאל האט דערקלערט׳ אז זיץ פרוים שװעםטער אין שעדלעץ איז באגאבט און זי קאן העלפן בײם ארגאניזירן דעם דראמקרית׳ אויב מען װעט זי אײנלאדן צו קומען קיץ קוקאװ. זײן פדוי איז אויך באגאבט און װעט אויך העלפן דעם דראמקרײז. אזוי איז געשאפן געװארן דער דראמקרײז בײם פאראײן. מען האט אפגעדונגען די ״קאזשאנע טשאיניע״ און דארט אײנגעארדנט די טעאטער־פארשטעלונגען און די קאנצערטן. די מיטגלידער זענען ארומגעגאנגען פארקויפן די בילעטן און לוקאװער ײדן האבן נישט געקארגט אויף אזעלכע זאכן. דער זאל איז געװען איבערפולט. דער קולטור־פאראײן האט בכלל געהאלפן די ױגנטלעכע אין פארשידענע פאלן.

passage_f0457a5cbf0652c71255ef23
Passage 3normalized OCR · source chars 2400-2900

אזוי׳ למשל׳ האט מיר אנגעהויבן נישט געניגן דאם טאשן־געלט׳ װאם איך פלעג באקומען פון מײנע עלטערן. מען האט געדארפט צאלן מיטגליד־אפצאל אין פאראיץ אץ אין ביב־ ליאטעק. עס האט זיך אויך נישט געװאלט אפשטײן פון אנדערע חברים אץ װען מען איז געקומען אין פאראיץ׳ האט זיך געװאלט באשטעלןא גלעזל טײ מיטא קיכל. חברים האבן עפעם באמערקט אץ די האבן מיר געשאפן לעקציעם פון לײענען און שרײבן— נאך דעם װי איך האב געענדיקט מײנע אייגענע לעקציעם אין שולע.

passage_a0b82039118ca9f99f5f6be5