ספר לוקאר ו 181 צורישן די / װאס אי ד האב געגעב ן לעקציעס, זענע ן געװען: שלמהלע רובינשטיץ / א קאמאשנמאכער׳ פייגעלע און דבורהלע / מרדכי רימאזש ס טעכטער / חג הלע און דבורהלע הײבלום/ פײגעס א טאכטער רחל. אזוי ארום האב איך אנגעהויבן פארדינען אויף מיעע באדערפענישן. ♦ אין יענער צײט האב איד ליב געקריגן א מײדל. דאם איז געװען רחל ליכטענשטיין, משה זייפנזידערם א ן אײניקל. איך האב נישט געקענט דעצידירן זיך צו זאגן איר׳ אז איך האב זי ליב׳ האב איך איר אנגעשריב ן א ליבע־בריװ. ארויםגענומען האב איך אים פון א בריװנשטעלער. די װערטער זענע ן געװען אזעלכע אײדעלע און שײנע צו מארגנם האט זי מיר צוגעשיקט ענטפער מיט איר קלײן שװעסטערל׳ קײלעלע׳ האט זי געהײסן (אויב זי הײםט נא ך — זאל זי הײםן ביז 120 יאר:). איך האב געעפנט דאם בריװעלע מיט ציטערנדיקע הענט און א דערשטוינטער האב איך געלײענט דעם אינהאלט. ״דרײט איבער דאם בלעטל אין בריװנשטעלער׳ װעט איר געפינען ענטפער״. שטעלט זיך פאר מײן חרפה: זי האט מיך געכאפט בײם שװינדל! רחל האט געשפילט אין דער מוזיקאלישער סעקציע. װען איך האב זי געזען אין פאראײן׳ האב איך זיך געשעמט די אויגן אויפצוהײבן. זי האט געשמײכלט׳ און איד האב זיך באגראבן פון חרפה. צום סוף זענע ן מיר בײדע אויסגעבראכן אין א געלעכטער און איך האב זיך פאר איר אנטשולדיקט.
פרײטיק צו נאכטם׳ נאך דער סעודה׳ פלעגט די יוגנט ארויס שפאצירן אויפן קאליע־װעג. דארט איז געווען א שײנע אלעע מיט בענק צום זיצן. איצן זײט איז געווען מער באלויכטן און דארט זענען געזעסן מער מענטשן. די אנדערע זײט איז געווען א טונקעלערע. פארלעך זענען דארט געזעסן און זיך געשעטשעט ליבע־װערטער. שבת און יום־טוב האט מען געדאװנט בײ מײן זײדן בערל אידל — בײ 25 פערזאן. עס זענען געווען צװײ אייגענע םפרי־תורה. מײן פעטע ראהרן גלאזשנײדער פלעגט דאװענען שחרית׳ און ר׳ יעקב יצחק דער מצבה־קריצער — מוםף. מײן זײדע איז געווען בעל־קורא און אין די ימים נוראים האט ער געבלאזן שופר. ווען ם׳איז געקומען םוכות׳ האט מען געגעבן א ציבײ א שטריק — און עם האבן זיך געעפנט די פליגל פון דער םוכה. גלייך פון דאװענען פלעגט מען אריינגײן אין םוכה אויף קידוש. דאס איז געווען א מנהג יעדעס יאר. שמחת־תורה פלעגט מען גײן פון אײנעם צום צװייטן טרינקען א גלעזל. מיץ פאטער איז נישט געווען קײן גרויםער טרינקער׳ אבער שמחת־תורה זענען דאך נישטא קיץ תירוצים. צי מען קען׳ צי מען קען נישט — טרינקען מוז מען. איץ מאל האט מײן פאטער גענומען בײ זײן ברודער געצל איץ גלעזל נאכן צװײטן.