184 ספר לוקאװ די גוטע געשעפטן פחדים אנטיסעמיטן האבן נישט לאנג אנגעהאלטן. ביסלכװיות האבן די פויערים אנגעהויבן צוריקקומען צו די ײדישע געשעפטן. מיט ײדן איז באקװעמער צו האנדלען. זיי גיבן אויף קרעדיט׳ אנשטאט מזומן נעמט ער א קײשל אײער׳ א הון׳ א זעקל קארטאפל. בײם ײד קען מען קויפן א קלײן׳ א גרויס. האט טאקע לאנג נישט געדויערט און דאם ״ראלניטשע״ געשעפט האט ״געפלאצט״. געלעבט האבן זיי נישט׳ און דירה־געלט האט מען געדארפט צאלן׳ שכירות די אנגע־ שטעלטע אויך. ביז — מען איז געקומען צו ײדן און זיי פארגעלײגט אפצוקויפן דעם ביםל פארבליבענע סחורה. די ײדן האבן אבער אפגעענטפערט מיטן זעלבן פזמון: ״סװאי דאםװעגא״... עם האט זיך אבער געפונען איינער װאם האט ביי נאכט געמאכט דאם געשעפטל און אײנגעהאנדלט ביי זיי דאס ביסל סחורה. ♦ די צײט לויפט. אין יאר 1919 ברעכט אויס די פויליש־באלשעװיסטישע מלחמה. איך בין אין די יארן פון מיליטער־פליכטיקײט. פון דעם זעלבן יאר זענען געװען מײנע חברים משה דוד זשעזשניק און ישראל װאלאנד. מיר האבן באשלאסן אלײן צו גײן זיך מאביליזירן.
פאר דער מיליטערישער קאמיסיע איז די גאנצע געװען שװארץ פון מענטשן. מען האט אויסגערופן לויט די בוכשטאבן • איך בין ארײן לויטן ערשטן אות פון מײן נאמען ״פ״. מיר האבן שוין פריער געהאט אײנגעהאנדלט פריװאט מיליטערישע מלבושים. ביז איך ארײן אויף דער קאמיסיע װי א פארטיקער סאלדאט׳ אפגעגעבן דעם זעלנערישן סאלוט און געבליבן שטײן גלײך׳ װי א סאלדאט אין דינסט. דער דאקטאר האט מיד געפרעגט׳ צי איך בין נישט קראנק׳ איך האב געענטפערט׳ אז איך בין פולקאם געזונט. דאם האב איך געזאגט מיט מײן גוטן פויליש פון דער שקאלע ארויס. די מענטשן פון דער קאמיסיע האבן זיך אנגעקוקט: אז א ײדישן רעקרוט האבן זײ נאך נישט געזען. איך האב זיך אנגענומען מיט מוט און געזאגט, אז אין דרויסן װארט מיינער חבר װאם זיצט בוכשטאב איז ״ז״ — זשעזשניק — דארף ער זיך פון די לעצטע. בעט איך׳ אז מען זאל אים איצט ארײנרופֿן און אים דערלײדיקן צוזאמען מיט מיר. מײן ביטע איז געװארן דערפילט׳ און באלד איז זשעזשניק ארײנגעקומען׳ אויס געקלײדט װי א זעלנער׳ און אויף מיטן זעלבן לשון: ״זדרװו״ (געזונט). מען האט אונדז אפגעשיקט קיין קראקע. דארט האבן מיר געטראפן שלמה זילבער־ שטיץ׳ אויך א סאלדאט׳ נאר אין אנדערער קאמפאניע׳ נאך עטליכע חדשים איבונגען׳ האט מען אונדז געשיקט צום פראנט.
פץ אנהוי בהא טדער פראנטפאראונד זזיך פארגעשטעלט מוראדיק . מיר האבן זיד געשראקן פארן טױט . שפעטער האבן מיר זיך צוגעװײנט צו די צרות . מיר האבן אפגעהאלטן איץזיג נאכן צוױיטן . מיר זענען שוין געװען טיף אין דער װיטעבסקער גובערניע . אין אײנער פון יענע שלאכטן איז געפאלן שלמה זילבערקזטיץ .