Original scan
Original memorial-book scan 189
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-718

םםר לוקא װ 185 מיר זענען אריק אין דער שטאט קאלענקאװיטשע. איך האב דערזען אויסשריפטן איבער די װענט: ״נידער מיטן קאפיטאליסטישן שקר״! און ״זאל לעבן דער פראלעטארישער אמת״! אין א צייט ארום האבן די פאליאקן אנגעהויבן ארויסנעמען די יידן פון די פולקן און זיי געשיקט אין א לאגער קיין יאבלאנע. אין יענע טעג בין איך נעבן קיעװ, ביים דניעפער׳ פארװונדעט געװארן אין מיך רעכטן פום. מיט נאך פארװונדעטע האט מען מיך אפגעפירט קיין מאדלין. די רייזע איז פארגעקומען אין זייער שווערע באדינגונגען. אין משא־װאגאנעס׳ אן מעדיקאמענטן און אפילו אן סאניטארע מיטלען. אין מאדלין האט מען אונדז געלאזט פיר טעג אין די װאגאנעס׳ װײל אין שפיטאל איז נישט געװען קיין פלאץ.

passage_317a018fac0debff63b96743
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 720-2091

אין די װאגאנעס זענען ארומגעגאנגן ײדישע ײנגלעך און מײדלעך און געטײלט פאפיראםן׳ לימאנאד און אויך עםנװארג פאר די פארװונדעטע און קראנקע זעלנער . איך האב דערהערט װי א מײדל רעדט ײדיש און אויסגעשטרעקט צו זײ די האנט . איד האב געליטן גרויסע יםורים פון דער װונד אין מײן פום . דאם מײדל מיטן בחור זענען תיכף צוגעקומען צו מיר ׳ געגעבן מיר פאפיראםן ׳ לימאנאד ׳ א שטיקל ברויט און א פלעצל. דאם מײדל האט זיך געפרעגט פון װאנען איך שטאם ׳ װען איך האב איר גע־ זאגט׳ אז איך בין פון לוקאװ ׳ האט זי זיך דערפרײט און געזאגט ׳ אז אויב די װאגאנעס װעלן דא נאך שטײן ביז מארגן ׳ װעלן זײ קומען מיט א לוקאװער פרוי ׳ װאס װױנט בײ זײ . איך האב געבעטן בײם מײדל ארויםצושיקן א טעלעגראמע צו מיץ משפחה אין לוקאװ און אנגעבױ דארט װו איך געפין זיך . דאס מײדל האט תיכף אנגעשריבֿן דעם טעקםט פון דער טעלעגראמע און צוגעזאגט שנעל װי מעגלעך זי ארויםצושיקן . עם האט זיך ארויםגעװיזן ׳ אז דעם בחורם שװעגערים איז פון לוקאװ . איר פאטער ארבעט אין ברויז . איך האב זיך באלד דערמאנט זײן נאמען — שלמה װאלמאן . איך האב זיך אויך דערמאנט זײן טאכטער ׳ חיהלע . זי האבן צוגעזאגט צו קומען אין שפיטאל אריץ ׳ אויב מיר װעלן שוין נישט זיץ אין די װאגאנעם . צו מארגנם זענען זיי טאקע געקומען מיט חיהלן שוין אין שפיטאל ארײן און זי האבן מיר מיטגעבראנט פון כל־טוב .

passage_5becfcaace9b17094c90be86
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2093-2802

אויף צו מארגן נאכן מיטאג איז צו מיר אין שפיטאל געקומען מיין פאטער. ווען זײ האבן באקומען די טעלעגראמע איז אין שטוב געווארן תשעה־באב. די מאמע האט אים געזאגט ׳אז ער זאל תיכף פארן. אין מיטן פרייען זיך און דערציילן׳ האב איך דערזען׳ אז מיין פאטערם פנים איז ארומגעבונדן מיט א טיבל. איך האב אים געפרעגט׳ צי ער האט ציין װייטיק. ער האט געפרװו ט אויסמיידן צו ענטפערן. אבער באלד האב איך באמערקט׳ אז א שטיק פון זיין בארד איז אױםגעפליקט. דאן האט ער מיר שוין געמוזט אלץ דערציילן * גייענדיק פון דער באן צו מיר אין שפיטאל אריץ׳ האבן אים פארהאלטן צוױי האלערטשיקעם, געקולאגן אים און מיט א באגנע ט אפגעשניטן ביי אים א שטיק בארד .

passage_570f328fcec5e1bf8cea72b0