Original scan
Original memorial-book scan 19
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-828

מ. עדלבוים ײדן אין לוקאװ די אנטשײונג פון דער קהילה לוקאװ איז אן אלטע שטאט. א םך עלטער פון די שטעט אין איר נאענטע שכנות. לויט אלע װארשײנלעכקײטן איז דארט געװען א ישוב שוין אין 12טן י״ה. זיכער איז > אז אין 13טן י״ה איז שוין דארט געװען א װוינארט, וואס האט זיך גערופֿן לוקאװ. װי עס שײנט, איז דארט אנטשטאנען א ישוב מחמת מיליטערישע נויטן. אין יענע צײטן איז דער פלאץ, אויף װעלכן לוקאװ שטײט, געװען די גרענעץ מיט ליטע. די יאדזשװיניגן, װאס האבן באװוינט ליטװיש־פאדליאשע, פלעגן אפט באפאלן פוילן אין יענעם ראיאן. כדי פארהיטן פוילן פון זייערע איבערפאלן אויף איר, האבן די פוילישע מושלים אויפגעשטעלט אויף יענעם פלאץ א מיליטערישן גארניזאן, װאס האט געהאט די בפירושע אויפגאבע צו פארטײדיקן דעם ראיאן קעגן די איבערפאלערישע יאדזש־ װיניגן.

passage_aeec2b8028b58387810d0cb3
Passage 2normalized OCR · source chars 830-2121

אין 13טן י״ה שטעלט דארט אויף קיניג באלעסלאװ װםטידליװי (דער צניעותדיקער) (1274—1221),א מיטגליד פון דער קיניגלעכער פיאסט־משפחה—א הילצערנעם שלאס. ער האט אויך אריבערגעבראכט אהינצו מיטגלידער פון דעם טעמםלאר־ארדן (קזשיזשאצי— קרײצלעד), װעמענם אויפגאבע עם איז געװען צו פארטײדיקן פוילן קעגן די יאדזשװיניגן. װאם פלעגן איבערפאלן און ארײנדרינגען אין דער פוילישער טעריטאריע. באלעסלאװ האט אויך געלאזט דארט אויפשטעלןא קאשטשאל. באלעסלאוי האט מיט דעם אריבערברענגען די טעמפלארן געהאט גאךא געדאנק: צו באקערן די געצנדינערישע (פאגאנישע) באפעלקערונג צום קריסטנטום. כדי צו אנטװיקלען דעם דאדטיקן ראיאן, האט באלעסלאװ געשאנקען דעם אדלשטאנד (שליאכטא) גרויסע שטחים לאנד, װאס זײ האבן געדארפט באארבעטן. אזוי ארום איז לוקאװ געװארןא באדײטנדיקער פארקער־פונקט צװישן פוילן און ליטע. דער דאזיקער פארקער איז געװארן פיל גרעםער און חשובער נאך דעם, װי פוילן האט פארנומען גדאנסק (דאנציג). פוילן האט באקומעןא צוטדיט צום אפענעם יםא דאנק װאס זי האט אנגעהויבן שיקן אירע אגראר־פראדוקטן אין די מערב־לענדער. •) אין פויליש— לוקאװ פאדליאסקי. ײדן םלעגן זאגן; ליקעװע, ליקאװע. םארגלײך שו״ת בית חדש הישנות םיסן ם״ח לוקאוו אדער ליקבא, ליקװע1 םארגל. שױת םהר־ם םלובלץ םיםן נ״ם. 15

passage_53baf5f6f98f2e8975f50341