16 ספר לוקאװ פוילישע מלכים, װאם פלעגן פארן קײן ליטע פלעגן זיך אפשטעלן אין לוקאװ. זיגמונט אויגוסט דער ערשטער (1548—1506) פלעגט דארט נעכטיקן אויף זײנע ריתם קיץ ליטע (ליטע איז שוין דעמאלט געװען פאראייניקט מיט פוילן). אויך יאן קאזשימיעזש האט באזוכט לוקאװ אין 1652 (תכ״ב) און איר געהאלפן נאך דעם װידער די שטאט און אירע אײנװוינער האבן געליטן פון די קאזאקן, װעלכע פלעגן דעמאלט (דא רעדט זיך װעגן דער מרידה פון באגדאן כמיעלניצקי ימ״ש אין די יארן ת״ח ות״ט) איבערפאלן פוילן — אויך לוקאװ* צװישן אנדערע ערטער — און פארשאפט גרויסע פארלוסטן םײ אין מענטשן און םײ אין פארמעגן. ם׳איז זיך גענוג משער צו זײן, אז די הויפט־געליטענע זענען געװען יידן. פיל זענען זיך צעלאפן, פיל פון די איבערגעבליבענע זענען אומגעקומען, זײער פארמעגן צערא־ בירט, די הײזער און שול — פארברענט. די פוילישע כראניקערס פארצײכענען, אז ביי דער דאזיקער געלעגנהײט האט יאן קאזשימיעזש באנייט די פריװילעגיע, װאם ײדן אין לוקאװ האבן באקומען פון דעם פריערדיקן מלך (אדער מלכים?). זײענדיק א קרוין־שטאט, איז לוקאװ געשטאנען אונטער דער דירעקטע יוריסדיקציע פון דעם מלך. דעריבער האט בלױז דער מלך געקענט געבן די פריװילעגיע. אין קעגנזאץ צו פרינצישע שטעט, װו דער פרינץ איז געװען דער דעה־זאגער.
די ײדישע פרױוילעגיע, ד. ה. דער אריגינאל, איז פארברענט געװארן צוזאמע מיט דער שול בעת דעם קאזאקן־אויפשטאנד. אט די דאזיקע אומשולדיקע ידיעה ״עפנט פאר אונז א פענצטער צום היסטארישן נעכטן, פון דעם געזאגטן, אז דער קעניג האט באנײט די פריװילעגיע, איז דאך משמע, אז זי איז געוועזן אן אלטע. װי אלט די פריװילעגיע איז געװען, װײםן מיר נישט גענוי, אבער מיט דער הילף פון דעדוקציע קענען מיד זיך משער זיץ, אז זי איז געװען אן אלטע. אין דער פרױוילעגיע, װאם איז געגעבן געװארן דעם שטן מאי 1659 צו די ײדן אין לוקאװ, װאם איז געװע ן באזירט אויף דער פארברענטער פרױוילעגיע, ווערט געזאג ט! ײדן האבן וווינרעכט אין לוקאוו, פרייהייט פון האנדל, זיי איז דערלויבט צו זידן װאקם ׳ באזיצן גאזשעלניעם, פארמאגן הײזער, א שול — א הילצערנע אדער פון שטײן — און א בית־עולם. ײדן איז דערלויבט געװארן אויפצובויען א נײע שול נאך דעם װי די הײדאמאקעס האבן פארברענט די אלטע שול. װי אלט איז געװען די שול י איז זי געװע ן די ערשטע שול, װאם איז דארט געשטאנען ער ב דעם קאזאקן־אויפשטאנד? די פוילישע מ׳קורם שװיגן (אלנפאלם צו אונז איז נישט דערגאנגען קיץ ידיעה װעגן דעם פון פוילישע קװאלן). דאקעגן װײםן מיר פון יידישע מקורים, אז די שול איז נישט געװען די ערשטע.
אין דעם באקאנטן ספר שאלות ותשובות פון דעם מהר״ם מלובלין (ר׳ מאיר ב״ר גדליה (1616—1558) האט זיך אויפגעהאלטן א תשובה װועם רעדט זיך װעגן אן אפגע- ברענטער שול אין לוקאװ. מיר לײענען דארט! = ״ילמדנו רבינו אודות בית הכנסת דק״ק לוקבא בשכב״ר ידוע שנשרף בעו״ה ובעת