Original scan
Original memorial-book scan 191
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1161

סםר לוקאוו 187 אט דער באלעגאס קאפל גאנטשאזש, װאם האט געהאלטן בײ זיך ״לאקאטארן״׳ האט װײניק װאם געהאט פון זײ.א םימן— אז ער פלעגט ארבעטן שינדלען צו דעכער. די כאלעװעם פון זיינע שטיװל האבן שטענדיק געגלאנצט, וױיל דאם שינדל־מעסער פלעגט ער שטענדיק אפגלעטן אויף זײ. ארײנגעשפיגן אין די ברײטע הענט, ארויפגעזעצט זיד אויף דער קאזלע, און ״פאשאל״— די שפענער זענען געפלויגן, וױ די רוחות... * מי? ״רבי״ איז געװען דער מלמד יצחק טאבעם,א שײנער ײד מיטא ברײטער בראנדזענער בארד. ער איז געװעןא גרויסער קענער, אבער אויךא גרויםער שלימזל, װארעם פון גאנצן ״קנעלן״ האט ער נישט געהאט אויף שבת און פרײטיק האט ער זיד ״צופארדינט״ מיטן בעטן נדבות. ער איז געװען דיער שטרענג צו די תלמידים. אבער קיץ קאנטשיק האט ער נישט באנוצט. ער האט בלויז געהאטא מין שטעקעלע, װאם איז געלעגן בײ אים אויפן אקםל, װי בײא םאלדאט להבדיל, אבער דאם שטעקעלע האט אים געדינט בלויז צום ״סטראשען״. אין חדר אויף דער װאנט איז געהאנגען דער פאר־ טרעט פון ניקאלײ דעם 2טן, אבער װען מען האטא געשרײ געטאן. פאליצײ, האבן אלע קינדער געמוזט זיד באהאלטן אונטעח בעט.

passage_7f51a89f4442e5cfea7690fa
Passage 2normalized OCR · source chars 1163-2109

דער רבי האט ליב געהאט סאדעװאםער. די רביצין פלעגט דאס אים ברענגען פאר א קאפיקעא פולע פלאש פון געצלען׳ דעם קלײנעם ײד מיט דער גרויםער בארד. אויםגעטרונקען דאם סאדעװאסער מיט איץ זופ׳ האט ער זיך שטארק צעניסט און אנגע־ הויבן מורמלען דעם פסוק ״לישועתך קויתי״. נאך פםח זענען די חדר־ײנגלעך געװארן צעבאלעװעט און נישט געװאלט הארכן דעם רבין. מיר זענען אנטלאפן פון חדר צום טייך לעבן גלאװאצקין׳ דעם סטרוזש םון מאגיסטראט. דאס קלײנע טײכל איז געװען באדעקט מיט געלע געװיקסן(״קאטשע זשאלי״) און געדואט דעם זיבעטן חן. די זשאבעם האבן געקװאקעט און דער ״באנק״ האט אקאמפא־ נירט׳ מיר האבן פארקאטשעט די הײזלעך, אריבער דעם טײך— אויף דער גרינער לאנקע מיט די געלע בלומען.א מאל האט אונדז דארט דערװארטא גוי מיטא בײזן הונט, װאם האט אונדז נאכגעיאגט אמ אפגעריםן די היתלעך. ♦ נאכן ענדיקן דאם חדר האט מען אונח געמאכט פאר ״לײט״: אײנעם פארא שום־

passage_06fcf5f3041898675c5b556c
Passage 3normalized OCR · source chars 2111-2618

טער׳ דעם צוױיטן פארא שנײדער, דעם דריטן פארא שטעפער. אין אונדזער שטעטל זענען געװען טעטיק אלע פאליטישע פארטייען: ״בונד״, ״פועלי־ציון״, םאלקיםטן אװ אנדערע. פון חדר זעגען אונדזערע יוגנטלעכע ארוים כמעט אנאלפאבעטן, אן דער מינדםטער אריענטאציע אין געזעלשאפטלעכן לעבן. דערפאר זענען די מער אינטעלי־ גענטע יוגנטלעכע, די שילער און גימנאזיםטן, געװאה די אקטיװיםטן אין די לוקאװער יוגנט־באוועגונגען. די פירער פון יוגנט־בונד ״צוקונפט״ אין לוקןמיו זענען געװען די

passage_04f652e3285bb42f7b2d4581