Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 191
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1161

סםר לוקאו ו 187 אט דער באלעגאסקאפ ל גאנטשאזש, װאם האט געהאלטן בײ זיך ״לאקאטארן״, האט װײניק װאם געהאט פון זײ. א סימן — אז ער פלעגט ארבעטן שינדלן צו דעכער. די כאלעװעם פון זיינע שטיװל האבן שטענדיק געגלאנצט, װײל דאם שינדל־מעסער פלעגט ער שטענדיק אפגלעטן אויף זײ. ארײנגעשפיגן אין די ברייטע הענט, ארויפגעזעצט זיך אויף דער קאזלע, און ״פאשאל״ — די שפענער זענען געפלויגן, װי די רוחות... * מי? ״רבי״ איז געװען דער מלמד יצחק טאבעם, א שײנער ײד מיט א ברײטער בראנדזענער בארד. ער איז געװען א גרויסער קענער, אבער אויך א גרױמער שלימזל, װארעם פון גאנצן ״קנעלן״ האט ער נישט געהאט אויף שבת און פרײטיק האט ער זיך ״צופארדינט״ מיטן בעטן נדבות. ער איז געװען דיער שטרענג צו די תלמידים. אבער קײן קאנטשיק האט ער נישט באנוצט. ער האט בלויז געהאט א מין שטעקעלע, װאם איז געלעגן בײ אים אויפן אקסל, װי בײ א סאלדאט להבדיל, אבער דאם שטעקעלע האט אים געדינט בלויז צום ״סטראשען״. אין חדר אויף דער װאנד איז געהאנגען דער פאר־טרעט פון ניקאלײ דעם 2טן, אבער װען מען האט א געשרײ געטאן. פאליצײ, האבן אלע קינדער געמוזט זיך באהאלטן אונטער בעט.

passage_7f51a89f4442e5cfea7690fa
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1163-2109

דער רבי האט ליב געהאט סאדעװאסער. די רביצין פלעגט דאס אים ברענגען פאר א קאפיקע א פולע פלאש פון געצלען, דעם קלײנעם ײד מיט דער גרויסער בארד. אויסגעטרונקען דאס סאדעװאסער מיט איר זופ, האט ער זיך שטארק צעניסט און אנגע־ הויבן מורמלען דעם פסוק ״לישועתך קויתי״. נאך פסח זענען די חדר־ײנגלעך געװארן צעבאלעװעט און נישט געװאלט הערכן דעם רבין. מיר זענען אנטלאפן פון חדר צום טײך לעבן גלאװאצקין, דעם סטרוזש פון מאגיסטראט. דאס קלײנע טײכל איז געװען באדעקט מיט געלע געװיקסן(״קאטשע זשאלי״) און געדואט דעם זיבעטן חן. די זשאבעס האבן געקװאקע ט און דער ״באנק״ האט אקאמפא־ נירט, מיר האבן פארקאטשעט די הײזלעך, אריבער דעם טײך — אויף דער גרינער לאנקע מיט די געלע בלומען. א מאל האט אונדז דארט דערװארט א גוי מיט א בײזן הונט, װאם האט אונדז נאכגעיאגט א מא אפגעריסן די היתלעך. ♦ נאכן ענדיקן דעם חדר האט מען אונדז געמאכט פאר ״לײט״: אײנעם פאר א שום־

passage_06fcf5f3041898675c5b556c
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2111-2618

טער׳ דעם צװייטן פאר א שנײדער, דעם דריטן פאר א שטעפער. אין אונדזער שטעטל זענען געװען טעטיק אלע פאליטישע פארטייען: ״בונד״, ״פועלי־ציון״, םאלקיםטן א װ אנדערע. פון חדר זעען אונדזערע יוגנטלעכע ארויס כמעט אנאלפאבעטן, אן דער מינדםטער אריענטאציע אין געזעלשאפטלעכן לעבן. דערפאר זענען די מער אינטעלי־ גענטע יוגנטלעכע, די שילער און גימנאזיסטן, געװאה די אקטיװיסטן אין די לוקאװער יוגנט־באוועגונגען. די פירער פון יוגנט־בונד ״צוקונפט״ אין לוקןמי זענען געװען די

passage_04f652e3285bb42f7b2d4581