194 םפר לוקאװ טראץ אלעם איז לוקאװ געװען א פריילעכע שטאט. פון אומעטום האט מען געהערט דאס קלאפן םון האמערם, דאם רוישן פון נײמאשינען׳ באגלײט מיט געזאנג פון די ײדישע ארבעטער און בעל־מלאכות. א מ איבע ר אל ע האט זיך געהערט דאם געזאנג פ מ ליפע עםטרײד, װאם איז געװען װי צוגעװאקםן צייי ץ מאשין. נישט װײט פון דארט האט זי ד אװעקגעבויגן די לאנגע מעזריטשער גאס ביז צום מארק. צװישן די פארשידענע גאםן און געםלעד, װאם האבן דורכגעשניטן די מעזריטשער גאם האבן זי ד געפונען די ״הײף״ — ״יאםל דעם גרויסן קאפם״ היי ף א מ יצחק אשרם ״האלע״. די אײנװוינער פון יצחק אשרם ״הויף״ זענען גישט געװען קי ץ גבירים. אײנער פון זיי איז געװען לײבל ״דער שװארצער״. זײן אמתער נאמען איז געװען לײבל קאגוט. ער האט אויסגעדינט פאניען און דערנאד האט ער א גאנץ לעבן געמאכט שטיװל, װאס דאם האט אים אםשר געקלעקט אויף ברויט. א צװײטן אײטװינער פון ״הויף״ געדענק איד — לײבל בערמאן, א געגרױועטער שוםטער. אין דעם זעלבן הויף זענען אפגעהאלטן געװארן פארזאמלונגען און מען האט אײנגעארדנט טאנץ־אװנטן. אין לוקאװ איז געװען א גוט־ארגאניזירטע ארבעטער־באװעגונג. די שנײדערם און שוסטערם האבן געהאט זײער פראפעסיאנעלן פאראײן.
אין יאר 1928, װען מען האט אײנגעפירט דאס צעכן־געזעץ, זענען די אנפירער פון שנײדער־צעד אין לוקאװ געװען משה עםטרײד און יצחק לעמבערג בײ די שוסטערס — אנשל מאנשפײזער און ישראל רובינשטײן ובײ די קאמאשנמאכערס — חײם קאץ . די מעזריטשער גאס איז געװען באװוינט כמעט דורכװײס מיט ײדן. ביז הערשל טשאטשקעם זענען די היתער געװען הילצערנע ופון דארט אן און װײטער האט זיך אנגעהויבן דער יחוםדיקער טײל, ד. ה. די הײזער זענען געװען געמויערטע, שטאקיקע. עס זענען געװען אויסגעלײגט טראטוארן און מ׳האט נישט געטארט גײן אין מיטן װעג. אזוי האט די גאס זיך שוין געצויגן ביז צום מארק, וואס איז גלײכצײטיק געװען דער צענטער. די זײטן־געסלעך בײ דער מעזריטשער גאס זענען געװען אפגעלאזט און בעת א רעגן האט מען דארט געטאפטשעט אין די בלאטע. די זײטיקע געסלעך האט מען גערופן אויף די נעמען פמ די בעלי־בתים, װעלכע האבן דארט געהאט דיערע אײגענע היתער. למשל) ״טוביה פעקערס געסל״, ״חײם בײגלבעקערס געסל״. אין דעם דאזיקן געסל האט געװוינט דער באקאנטער שוסטער איתיק טשעמני, װאס האט קיץ מאל נישט אפגענארט זײנע קונדן. די זוילן האט ער געמאכט נאר פמ בוכמאנ'ס לעדער. װײטער איז געװען די באדגאס, ווו יידן האבן זיך געקװיקט אין מרחץ, װײטער, להבדיל, די שולגאס, מיט איר באלעבטקײט אין שבתי ם און ױם־טובים,
אז מען האט געדארפט גײן פו ם דער מעזריטשער גאס צו דער יאטקע־גאס, האט מען געמוזט אדורךגײן טוביה פעקערס געםל, װאם איז געווען דיער שמאלער בארגיק •