Original scan
Original memorial-book scan 197
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1272

מרדכי סקורקע די ײדישע שטאט אונדזער שטאט האט פארמאגט צװײ מילן׳ א טארטאק און א ן אייל־פרעסעדיי. עס איז אויך געװען א ן עסיק־פאבריק. די אונטערנעמונגען האבן באשעפטיקט צענדליקער ײדישע ארבעטער. דער עיקר האבן די יידן זיך באשעפטיקט מיט אזעלכע מלאכות, װי שנײדערײ׳ שוסטערײ׳ שמידערײ׳ פריזירערײ׳ זײגערמאכערײ אד״גל. אין לוקאװ זענען געװען בערך א 20 דראזשקאזשעם. יעדע ר פץ זײ האט געהאט זי? צונאמען׳ װאס איז איבערגעגאנגען בירושה. לוקאװ האט מיט איר אלטקײט זיך געקענט פארגלײכן צו די עלטסטע ײדישע קהילות אין פוילן. לוקאװ האט געהאט פיר בית־עולמם. דאס אלטע בית־עולם איז׳ װי פון זיך אליץ׳ אײנגעשרומפן געװארן. עס איז שוין געװען אזוי אלט׳ אז מ׳האט אפילו אויפגעהערט גײן אהין אויף קבר־אבותן קײנער פון די תושבים׳ אפילו פון די גאר אלטע לײט׳ האט נישט געדענקט די װאס האבן אויף יענעם בית־עולם גערוט. דער אלטער בית־עולם איז געלעגן פון איצ זײט נעבן א םאד׳ װאס האט זיך כםדר װי ארײנגערוקט אין בית־עולם און אים קלענער געמאכט. פון די אנדערע צװײ זײטן זענען געװען וװין־הײזער׳ און פון דער פערטער זײט האט זיך געפונען שמואל ראובנם ברעטער־ םקלאד׳ װאס איז אלעמען געװען גוט באקאנט מיט דעם׳ װאס די קארע פון געהילץ האט געשפײזט אלע קאזעם פון שטאט.

passage_706c177c2f2a5f2f3bfb5865
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1274-2399

דאם צוױיטע בית־עולם האט זיך געפונען מחוץ דער שטאט און איז געװען ארומגענומען מיט א פלויט פון שטעכלדראט. דאס בית־עולם האט זיך געגרענעצט מיטן הויפישן םאד׳ װאם פלעגט אפגעדונגען װערן דורך ײדישע םאדאװניקעס. צוליב דעם׳ װאם די שטאט גופא האט קײן גערטנער נישט געהאט׳ פלעגט ױנגװארג דארט שפאצירן אין די שבתי ם און עס איז געװען פרײלעך. מען האט דארט אויך אפגעהאלטן פארזאמלונגען. נישט װײט פון דארט האט זיך געצויגן א לאנגער קאנאל׳ װאם איז אדורך צװישן געדיכט־באװוינטע קװארטאלן׳ און אהין האט מען ארײנגעגאםן דאס גאנצע שמוץ פון די היתער. מען קען זיך פארשטעלן די ריחות. קיץ געזונ ט איז זיכער דערםון נישט צוגעקומען. ערשט שפעטע ר האט מען אויסגעקעמפט׳ אז מען זאל דעם קאנאל פארדעקן. װען מען האט אין 1929 אײנגעפירט עלעקטריש ליכט׳ איז דארט געװארן א שטאטישער שפאציר־פלאץ. די ײדישע טײל שטאט האט געמאכט דעם אײנדרוק פון א געטא. די גוישע הײזער ארום האבן װי ענג געמאכט און געדריקט. די ײדישע גאסן זענע ן געװען באװוינט פון ײדישע האראפאשניקעם. דארט איז איפגעװאקסן א ױגנט׳ װאם האט םארשאםט כבוד דעם ײדישן לוקאװ. 193

passage_064e5bd5fbc71a126bfeaaf5