Original scan
Original memorial-book scan 196
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1211

192 סםר לוקאוו דאם ערשטע מעל פלעגט מען מאלן אויף מצה־שמורה. דעמאלט איז די השגחה געווען גארא שטרענגע. נאכן מאלן, האט מען דאם מעל אוועקגעפירט אין שטאט אריץ מיט גרוים פאראד, אונטער דער באגלייטונג פמ צענדליקער חםידים. איץ מאל האב איך געזען דעם אנקום פון דעם שמורה־מעל צום מיעכאװער רבין, װאם האט געװוינט אויף קאנאלאװע־גאם. נאכן אפלאח דאם מעל האט מען געטרונקען לחיים... ערשט דאן האט מען געמאלן מעל פאר אלע פשוטע יידן. אין די מצה־בעקערייען זענען געשטאנען ײדענעם און מײדלעך מיט איעגעפאלענע פנימער און מיט געשװאלענע הענט פון װעלגערן די מצות. פון פורים ביז פםח איז דאם געװעןא קװאל פון פרנםה פאר הונדערטער ארעמע שטובן. אחוץ ביים אוױון און ביים קגעטן— האבן געארבעט נאר פרויען. די װאםער־גיםער זענען געװען ײנגלעך. איך האב ארײנגעקוקט און געחלומט צו זײןא װאםער־גיםער... און אזוי האט דאם שטעטל זיך געגרײט אויפצונעמען דעם יום־טוב פסח... אויפן פאםטעװניק, אין דער יאטקע־גאם קאלכט מען די שטובן און אין דרויםן ליגט דאם גאנצע ביםל ארעמקײט. ערב־פסח ברענגט מען פריש שטרוי און מען פאקט דאם אין די שעני־ קעס. מען װאשט די פאדלאגעס און מען שיט זיי אוים מיט געלן זאמד.

passage_39a0d4e99187798ac69ab8f6
Passage 2normalized OCR · source chars 1213-2361

דעם ערשטן טאג פםח זעט מען די קינדערלעך אין נייע שיכעלעך׳ יאקעלעך און הײזעלעך. אין שטעטל איז יום־טוב. די פעלדער ארום דעם שטעטל ווערן גרין. עס באוױתט זיך דער בעז אויף די בײמער. דער זאפאװיעדניקער װאלד לעבט אויף. ײנגלעך און מײדלעך גײען אהין אויף ״מאיװוקע״. נײע האפענונגען ברענגט דער פרילינג. * געזעלשאפטלעך האט לוקאװ פארגעשטעלט מיט זיךא מאזאלק פון אלערלײ ריכטונ־ גען— מיט אויםגעשטרעקטע ארעמם צו אלע פאנען מיט זײערע רײצנדיקע צוזאגן װעגן א בעםערער װעלט. מיר האבן געמוזט דורכמאכן אונדזער אנטװיקלונג נאךא פעריאד פון פרימיטיווקײט. די רעליגיעזע קריתן זענען האן געװען דער שטארקםטער כוח. זײ פלעגן געבן דעם טאן אין שטעטל. עם האבן דאמינירט די קהילהשע אינםטיטוציעם. אן איבערברוך איז געקומען מיטן אנטשטיץ פון די רעװאלוציאנערע באװעגונגען און פון ערשטן קולטור־פאראוץ.א נײער װינט האט אנגעהויבן בלאזן. די אװאנגארד־ראל האט געשפילט דער /,בונד״׳ שפעטער— די קאמוניסטישע באװעגונג, די פראלעטאריש־ צױניסטישע פארטײען. אין שטאט האט זיך אנטװיקלטא נעץ פון ביבליאטעקן, דראמ־ קריתן׳ פראפ. פאראײנען, שולעם, פילאנטראפישע געזעלשאפטן.

passage_5bc927f1c17c5c9f2320ede3
Passage 3normalized OCR · source chars 2363-2788

אויף דער יאטקע־גאס, אויף דער מעזריטשער־גאס׳ אין די קלײנע געםלעך׳ האט זיך אנגעהויבןא באװעגונג בײ דער יוגנט פץ מיץ דור. מיר זענען געװאח באהערשט פון די גרויסע אידעען.א סך פון די יוגנטלעכע האבן באצאלט מיט יארן תפיסה׳ אנדערע זענען אװעק פאחוירקלעכן זײער צױניםטישן חלום אין ארץ־ישראל, און די, װאם זענען גע־ בליבן— זײ האבן געקעמפט אץ אומגעקומען איז יי יאח פץ גרויםן חורבן.

passage_785a97cd13b1b9f048914fca