Original scan
Original memorial-book scan 200
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1200

196 מסר לרקא װ לםוף איז דארט געװארן אייגגעארדגט א שול פאר יידישע קיגדער. דירעקטאר איז געװען דער פאליאק טשעגיארסקי. ♦ צװישן די יידישע בעל־מלאכות זענען געװען זעלטןע טיפן. אזוי, למשל׳ דערמאגט זיך מיר דער קאװאל זעליג. נאך דער שװערער ארבעט בײ טאג, האט ער זיך פארנומען מיט הײלן קראנקע. אז א קינד האט זיך אויסגעלענקט א הענטל אדער א פיסיל, איז מען גלײך געלאפן צו אים׳ און ער האט געהאלפן. אויף אן אנדער ארט װעט דער לײענער געסינען א שילדערונג װעגן די פריזיערם, װאם זענען געװען נישט בלויז פעלדשערם, נאר אויך קלעזמערם. מען דאר ף אויך דערמאנען די ײדישע דארפםלײט, װאם האבן געװוינט אין פארװארפנטקײט צװישן גויים, און דאך האבן זיי אזוי אפגעהיטן ײדישקײט. אז א ײד האט נישט מחלל שבת געװען, אפילו װען מען שיט אים אפ מיט גאלד. אין די ימים־נוראים האט מען אײנגעארדנט מנינים פון עטליכע נאענטע דערפער אדער מען איז געפארן אין שטאט ארײן. זיי האבן אפגעגעבן די לעצטע גראשנם, כדי אראפצוברענגען פון שטאט א מלמד, װאם זאל אויסלערנען די קינדער כאטש א ביסל עברי. די אלע ערליכע הארעפאשנע ײדן זענען אכזרױתדיק אומגעבראכט געװארן דורך די דײטשע רוצחים. חיה פעלצמאן לוקאװ אין מײן זכרון

passage_cfe070064a59cfc04697f9a3
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1202-2040

װען מען האט אויסברוקירט דעם בהמה־מארק, האט מען דארט אװעקגעשטעלט דעם ערשטן גאז־לאמטערן. דאם איז פאר אונז קינדער געװען א גרויס געשעעניש. אין יענער צייט, פאר דער ערשטער װעלט־מלחמה, איז עלעקטריש ליכט געװען ביי אונדז אין שטאט א פאנטאזיע, די אײנציקע גאז־לאמפ האט געדארפט באלײכטן די שולגאס און אלע ארומיקע געסלעך. אין די זומער־אװגטן פלעגן די שכנים ארומ־ שפאצירן נעבן דעם גאז־לאמטערן, קיק גבירים האבן אויף דער שולגאס נישט געװוינט. די תושבים דארט זענען געװען שוםטערם, שנײדערם. אויך מלמדים האבן נישט געפעלט. זיי האבן געקנעלט מיט די קיגדער ביז שפעט אין דער נאכט אריץ. אפט פלעגן די װײבער פץ די מלמדים העלפן צו דער פרנסה און פארקויפן רעטשענע קיכלעך אדער הײסע באבעס. אין דער געגנט האבן אויך געװוינט די סופרים, װאם האבן געשריבן תורהס, מזחות,

passage_0a245ba3a92f3dfd4f8bb881