סםר לוקאװ 197 פרשהם צו חפילין. באלד נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה האט דאם סוסרישע פאךא ביםל אויפגעלעבט. עס פלעגן קומען יידן פון אמעריקע׳ װאס האבן געבענקט נאדא ביםל יידישקייט. זיי האבן באשטעלט ביי די סופרים די הײליקע פארמעטן אמ עס איז געװארןא געשעפט אויף עקםפארט. אונדזער נאענטער שכן איז געװען משה טענענבוים׳ אבער גערוםן האט מען אים משה מלאך. אפשר דערפאר וױיל ער איז געװעןא הויכער אוןא בלאנדער׳ מיט העלע בלויע אויגן׳ און אפשר צוליב זײן פרומקײט• יעח פרײטיק פאר נאכט פלעגס ער מעביר סדרה זיץ און זײן קול האט געקלונגען איבער דער גאנצער גאם. דץ פרנםה איז געװען פארקויפן לאטעריע־צעטלען. זײן וױיב׳ מרים׳ האט אים געהאלפן אין דער פרנסה דערמיט׳ װאס זי פלעגט יעדן פרײטיק אויםקאכןא גרויסן קעסל װאםער און שבת זענען די שכנים געקומען מיט די טשײניקעם נעמען הײם װאםער אויף טיי. באצאלט האט מען נאך שבת.
א גאנצע װאך האט די שטאט געװארט אויפן מארק־טאג׳ אויף דאנערשטיק. די ארומיקע פויערים האבן געבראכט זײערע פראדוקטן1 תבואה׳ גרינװארג׳ עופות׳ אײער׳א מאלא קעלבל. אחוץ דעם פלעגן פארקומען5 ירידים אין יאר. אויף אזעלכע ירידים פלעגן שוין ק־מען פויערים אויך פון װײטערע דערפער׳ און די שטאטישע הענדלער אץ טאנדייטניקעס האבן ארויםגעבראכט זײערע ביליקע סחורות. אין אזא טאג איז שװער געװען דורכצוגײן די שולגאס. אויפן בהמה־מארק האבן די םערד־ סוחרים אויםגעפרװוט זײערע שקאפעס אין לויפן. מען האט מורא געהאט ארויסצולאזן די קינדער אין גאם. פון די אלע קלײנע הײזלעך האט זיך ארויםגעזען דאם גארנדיקע הויז פון דעם קריסט פאלםקי. די ײנגלעך האט מען געשיקט אין חדר. די מײדלעך האט מען אויםגעלערנטא ביסל דאװנען׳ זאגן אין דער פרי ״מודה אני״׳ און מיט דעם האט זיך עס געענדיקט. בלויז וױיניק מענטשן האבן געהאט די מעגלעכקײט צו לערנען די קינדער פריװאט. דאס רוב קינדער איז פשוט געװען הפקר אין גאם. נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה איז געװארן געשאפן די ערשטע פוילישע אומזיםטע שול׳ אבער װײניק ײדישע קינדער האבן דארט געלערנט. איך האב דערקלערט די חברים מײנע שװעריקײטן. ערשטנם׳ בין איך דארט׳
אין לוקאװ׳ אומלעגאל׳ צוױיטנס׳ איז מיץ טאטעא מלמד אוןא בעל־תםילה. װי קען איך אים אנטאן אזא בזיוןז אבער רעװאלוציאנערע ארבעט איז געװען די גרעםטע הײליקײט. איך מח פארן. מיטא שװער הארץ בין איך תשעה־באב אין דער פרי ארויםגעםאח קיץ לוקאוו. ביים אנקומען אויפן וואקזאל האבן מיך װארעם באגריםט די ארטיקע בונךישע טוערם. מען האט מיך אװעקגעפירט אין גרויםן בית־מדרש׳ וװ עם איז שוין געװען פארזאמלטא גרויםער עולם ארבעטער. װי נאר איך בין ארויף אויפן באלעםער׳ האב איך דערהערטא געמורמל: ״משה־עקיבאם זון״. דער פארזיצער האטא קלאפ