Original scan
Original memorial-book scan 203
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1360

םשר לוקןן װ 199 שלעכט אפגעפליקטער גאנדז. אויך די האלב־איינגעפאלענע און אייגגעבויגענע םופיטן• מיט די געלערונדע פלעקן פון אפט ארײנרעגענען, האבן אויסגעזען אין מײנע אויגן װי מאלערײען פון א מענטשלעכער האנט, פומא קינםטלער. איך בין שוין געװען אזוי שטארק צוגעוװינט צו זען די דאזיקע ״קינםטלערישע״ בילדער, אז אין די שטיבער, ווו די זענען נישט געװען, האט מיר אויסגעװיזן װי עס װאלט עפעס געפעלט, און איך פלעג באדויערן די ארעמקײט, װאם דא איז פאראן... אבער נישט בלויז די אויסערלעכקײט פון הויז איז געװען איינגעבאקן אזוי טיף אין הארצן. אויך די לאקאטארן, װעלכע האבן דארט געװוינט, האבן געשאפן אין מיר דאס געפיל, װי זיי װאלטן געװען א טייל פון דעם אלעם, װאס איז אונדז געװען אזוי ליב און טײער, א װארעמע געפיל האט אונדז באגלײט פון יענער יסוריםדיקער מינוט אן ביזן הײנ־ טיקן טאג, געטוליעט אין זיך די װארעמקײט פון די אלע מענטשן, װאס האבן באװוינט דאם דאזיקע הויז. איך געדענק יאנקל עסיקמאכער, װאס האט געװוינט אין פראנט אויפן מעזריטשער גאס. דער עסיקמאכער איז געװען פון די ערשטע קרבנות פון די נאצישע מערדער. אין שכנות מיטן עסיקמאכער איז געװען די בעקערײ און די שפײזקראָם פון דער באבע חנה שמואלס. רבקה בלאכאװיטש האט באדינט די באלעבאטעס פון דער מעזריטשער גאס, האבן אײנגעקויפט ברויט און שפײז פאר זייערע משפחות.

passage_6ecccbe76bd2253ddcc77556
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1362-2655

אויפן הויף האט מען געזען מיכאל בלאכאװיטש, װי ער איז געשטאנען בײם םײער און געשמידט דאם אײזן אין זיץ שלאסער־װארשטאט. ארײנקומענדיק צו אונדזער שכן, װאם מען האט אים גערופן װעלװעלע ם־טלער, אדער פלוישער, האט זיך דערפילט א ריח פון לעדער. װען מיר זענען געװען קינדער, האבן מיר ליב געהאט צוקוקן זיך װי פראנעק דער פאליאק, װאס האט געקענט רעחײדיש, האט געצויגן די דראטװעם און װעלװעלע האט געטשװעקעוועט די שטיוול, און דערבײ דערצײלט פארשידענע מעשות. פון דערבײאיקן צימער, װאס איז געװען אפן, אן א טיר, פלעגט זיך באװיזן לאה, װען זי איז שוין געװען פארטיק מיט אירע שטוב־ארבעטן. זי פלעגט װעלװעלן ארויםהעלפן מיט א גאנג צום שטעפער, אדער צום לעדער־סוחר יאנקל קאראםיק. לאה איז געװען די צווייטע פרוי בײ אונדזער שכן װעלוול, זײן ערשטע פרוי, אסתר, איז געווען לאהס אן עלטערע שוועסטער. װען וועלוולס ערשטע פרוי איז געלעגן אויפן טויטנבעט, האט זי צוגערופן איר מאן און אים אנגעזאגט, אז ער זאל נעמען איר יונגערע שוועסטער לאה פאר א װײג װי עס האבן שפעטע ר איבערגעגעבן אירע נאענטע קרובים, װאם זענען גראד דע־ מאלט געשטאנען בײ איר צוקאפנס, האט איר װעלװעלע געענטפערט: ״מײן טײערע זאלסט אזוי האבן א רפוא ה שלימה, װי איך האב שוין פון לאנג אזוי געטראכט״.. .

passage_eba93d57b5352a1aeabd1c3b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2657-3010

װען די נאציס האבן בײ אונדז אין שטאט אײנגעארדנט א שטראף־עקםפעדיציע׳ און הונדערטער און טויזנטער ײדן זענען געטריבן געװארן, איז אויך אונדזער שכן װעלװעלע געווען צװישן די געיאגטע. אויף א פעלד איז די מחנה ײדן געװען ארומגערינגלט מיט די נאציקוע באנדיטן. בײ נאכט האבן די ײדן געסריר ט פון קעלט׳ בײ טאג האט זי די זין

passage_dd7fdbe2bb6950723d23cb49