םשר לוקןןװ 199 שלעכט אפגעפליקטער גאנדז. אויך די האלב־איעגעפאלענע און אייגגעבויגענע םופיטן• מיט די געלע רונדע פלעקן פון אפטן ארײנרעגענען, האבן אויםגעזען אין מײנע אויגן װי מאלערײען פוןא מענטשלעכער האנט׳ פמא קינםטלער. איך בין שוין געװען אזוי שטארק צוגעוװינט צו זען די דאזיקע ״קינםטלערישע״ בילדער, אז אין די שטיבער, וװ די זענען נישט געװען, האט מיר אויםגעװיזן װי עם װאלט עפעם געפעלט, און איך פלעג באדויערן די ארעמקײט, װאם דא איז פאראן... אבער נישט בלויז די אויסערלעכקײט פון הויז איז געװען איעגעבאקן אזוי טיף אין הארצן. אויך די לאקאטארן, װעלכע האבן דארט געוװינט, האבן געשאפן אין מיר דאס געפיל, װי זײ װאלטן געװעןא טײל פון דעם אלעם, װאס איז אונדז געװען אזוי ליב אץ טײער,א װארעם געפיל האט אונדז באגלײט פון יענער יסורימדיקער מינוט אן ביזן הײנ־ טיקן טאג, געטוליעט אין זיך די װארעמקײט פזן די אלע מענטשן, װאם האבן באוװינט דאם דאזיקע הויז. איך געדענק יאנקל עסיקמאכער, װאם האט געוװינט אין פראנט אויף דער מעזריטשער גאס. דער עסיקמאכער איז געװען פון די ערשטע קרבנות פון די נאצישע מערדער. אין שכנות מיטן עםיקמאכער איז געװען די בעקערײ אװ די שפײזקראם פון דער באבע חנה שמואלס. רבקה בלאכאװיטש האט באדינט די באלעבאםטעס פון דער מעזריטשער גאס, האבן אײנגעקויפט ברויט און שפייז פאר זייערע משפחות.
אויפן הויף האט מען געזען מיכאל בלאכאוױטש, װי ער איז געשטאנען בײם םײער און געשמידט דאם אײזן אין זיץ שלאסער־װארשטאט. ארײנקומענדיק צו אונדזער שכן, וואם מען האט אים גערופן װעלוועלע מ־טלער, אדער פלוישער, האט זיך דערפילט א ריח פון לעדער. װען מיר זענען געװען קינדער, האבן מיר ליב געהאט צוקוקן זיך װי פראנעק דער פאליאק, װאס האט געקענט רעח ײדיש, האט געצויגן די דראטװעם און װעלװעלע האט געטשװעקעוועט די שטיוול, און דערביי דערצײלט פארשידענע מעשות. פון דערבײאיקן צימער, װאם איז געװען אפן, אןא טיר, פלעגט זיך באוױיזן לאה, װען זי איז שוין געװען פארטיק מיט אירע שטוב־ארבעטן. זי פלעגט װעלװלען ארויםהעלפן מיט א גאנג צום שטעפער, אדער צום לעדער־סוחר יאנקל קאראםיק. לאה איז געװען די צווייטע פרוי ביי אונדזער שכן װעלוול, זיין ערשטע פרוי, אסתר, איז געווען לאהם אן עלטערע שוועםטער. ווען וועלוולם ערשטע פרוי איז געלעגן אויפן טויטנבעט, האט זי צוגערופן איר מאן און אים אנגעזאגט, אז ער זאל נעמען איר ײנגערע שװעםטער לאה פארא װײג װי עם האבן שפעטער איבערגעגעבן אירע נאענטע קרובים, װאם זענען גראד דע־ מאלט געשטאנען ביי איר צוקאפנס, האט איר װעלװעלע געענטפערט: ״מײן טײערע׳ זאלםט אזוי האבןא רפואה שלימה, װי איך האב שוין פון לאנג אזוי געטראכט״...
װען די נאציס האבן בײ אונדז אין שטאט אײנגעארדנטא שטראף־עקםפעדיציע׳ און הונדערטער און טויזנטער ײדן זענען געטריבן געװאח, איז אויך אונדזער שכן װעלװעלע געווען צװישן די געיאגטע. אויףא פעלד איז די מחנה יידן געװען ארומגערינגלט מיט די נאציקוע באנדיטן. בײ נאכט האבן די ײדן געסרירט פון קעלט׳ בײ טאג האט זיי די זין