Original scan
Original memorial-book scan 207
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-559

םםר לוקןזו ו 203 אויך מיט קלעזמערײ • זי י פלעגן שפילן אויף חתונות און אויף בעלער. א מאל האבן זײ געשפילט אלע צוזאמען, אבער שפעטער׳ װען די קינדער דיערע זענען אונטערגע־ װאקםן, האבן די געמאכט 2 באזונדערע קאפעליעם, װאם האבן קאנקורירט צװישן זיך. די קאפעליעם האבן געד,ערט צו אלטער און צו ניםקע. דער דריטער, הערשל, פלעגט שפילן א מאל בײ דעם, א מאל בײ יענעם — װו מען האט אים בעסער געצאלט. ר׳ אלטער האט געשפילט אויף אלע ״כלים״, און א מאל איז ער געװען אפילו קאפלמײםטער אין ארקעםטער פװדי פײערלעשער.

passage_16a641da810bc356f535ba75
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 561-1953

װי ד י ן פאטער, איז אויך ר׳ אלטער געװען א פעלדשער. ער פלעגט מאכן קאנעם, שטעלן באנקעם, לײגן פיאװקעם און דערצו נא ך פלעגט ער אויך רײמן צײן, דער עיקר בײ פויערים. ער איז אויך געװען א מומחה בײם מאכן ״פעלערם״ די, װאם האבן זיך געװאלט ארויםדרײען פון מיליטער־דינםט. איך געדענק, װי אײן מאל איז צו אים ארײנגעקומען א חזיר־גוי מיט א געשרײ, אז עס טוט אים װײא צאן און ער זאל אים ראטעװען. ר׳ אלטער האט אים אװעקגעזעצט אויף א שטול, צונויפגערופן אלע שטוב־ מענטשן, און מיך אויך, אז מיר זאלן אים האלטן ביי די הענט און פים. ר׳ אלטער האט גענומען א צװאנג און גענומען ציען און שלעפן, אז שא שװײם האט אים באגאםן. ער האט ארויםגעצויגן א ריזיקן צאן. דער גוי איז געװען צופרידן, ער האט געדאנקט און באצאלט, אבער װען ער איז אװעק, האט ר׳ אלטער צו אונז געזאגט, אז ער האט געהאט א טעות: אנשטאט דעם קראנקן צאן, האט ער ארויםגעשלעפט א געזונטן.. . ר׳ אלטער איז געװען א הײמער ציוניםט. ער האט נישט אנגעד.ערט צו קײן שום צױניםטישער גמפירונג, אבער ער האט געהאלטן פון זשאבאטינםקין. װען ער פלעגט הערן, אז ערגעץ אין ארץ־ישראל האט מען געהרגעט א ײד, האט ער זיך אויפגעקאכט און געשריגן, אז װען ער קען, װאלט ער געשאםן פון לוקאוו. ער האט מיך געװאלט איבערצייגן, אז איך זאל אװעק פון ״השומר הצעיר״, וועט ער זען, אז איך זאל ווערן א ״קאפיטאן״ אין ״ביתר״.

passage_f1e1f8214b84b2dcd24228bf
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1955-2612

אװ מא ל הא ט ר׳ אלטע ר מי ך מיטגענומע ן אוי ף א חתונ ה אי ן א דארף . ע ר הא ט דארט געדארפ ט שפילן , ד י גאנצ ע קאפעלי ע הא ט פא ר טא ג זי ך צונויפגעקליב ן ב ײ ר׳ אלטערן, או ן װע ן ם׳הא ט אנגעהויב ן טאגן , הא ט מע ן זי ך ארײנגעזעצ ט אי ן א גרוים ן װאגן או ן זי ך געלאז ט אי ן װע ג אריץ . אויפ ן װע ג הא ט ר׳ נט ע בדח ן דערצײל ט װיצ ן װעג ן די כלו ת אי ן דע ר חופה־נאכט . אנגעקומע ן אויפ ן ארט , אי ז שוי ן געװע ן צוגעגרײ ט א מיטאג . ווע ן ר׳ אלטע ר הא ט אנגעהויב ן שפיל ן הא ט ע ר מי ר געגעב ן א שטעקעל ע או ן געהײםן מי ד באװעג ן מי ט ד י הענט . װע ן ם׳אי ז געקומע ן צו ם באצאלן , הא ט ע ר געםא־ דערט אוי ך פאר ן קאפלמייםטער , דא ם הײם ט — פא ר מיר.. .

passage_2cb13ec022ff2fc4056327d3