Original scan
Original memorial-book scan 206
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1264

202 םפר לוקא װ םאטאגראםירן פאר א גענעראל, א באנדיט, א פיראט. א דאנק מיגדאלם בילדער קען איך איצט קוקן אין מײן אלבום און לכל־הפחות זען די פנימער פון מײנע חברים און םרײגד, װאם זעגן אומגעקומען. שוין דער נאמען זײנער איז נישט געװען קײן געװײנלעכער. ער האט געקלונגען העברעיש: מגדל. אויך זיץ אויסזען איז געװען אן אימפאנירנדיקער: שװארצע האר, שװארצע װאנםעם און א זײער װײם פנים. אויך זיץ אופן פון רעדן איז געװען א ביסל אן אנדערער װי בײ די אנדערע. ער איז געװען א מענטש מיט א גאלח הארץ. װען עס םלעגט קומען א ציוניםטישער שליח אדער רעפערענטער, פלעגט ער אײנשטיץ בײ אים. ער איז געװען נישט קיץ פדומער, אבער װען ער האט געהאט יארצײט, איז ער געזעסן אין בית־מדרש און געלערנט א פרק משניות. מיגדאל איז װײט גישט געװען קײן גביר, אבער ער האט זיך אנגעשטרענגט און געשיקט זײן זון לערנען אין חיפהר טעכניקום. ער איז דאן א געוויסע צײט געװען בײ מיר אין שטוב. צום באדויערן איז ער געװען פיזיש א שװאכער, דער קלימאט האט אים נישט געדינט. ער האט געבענקט אהײם, װו מ׳האט אים זײער געבאלעװעט. ער איז אהײמגעפאח פאר דער מלחמה. דער גורל האט געװאלט, אז עס זאל נישט בלײבן קײן זכר פון די מיגדאלם. די 3 פריזיערס, די ברידער ראזענשטא ק

passage_324dc3c91c867ff564ccaf12
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1266-2593

3 ברידער זענען געווען: אלטער, ניסקע און הערשל. יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן א פריזיר־געשעפט אין באזונדערע פונקטן פון שטאט. דאס פאך האבן זײ געירשנט פון פאטער, מרדכי ניסקעם. ער איז געווען א שײנער מאן מיט א װײסע ברײטער בארד. מען האט אים גערופן מרדכי פעלדשער. אויב עמעצער איז קראנק געװארן, פלעגט מען קודם־כל רופן אים, מרדכי פעלדשער. די װײבער האבן שטארק געגלייבט אין אים און געזאגט, אז מיט מרדכין גייט מיט א מלאך. מיר אבער, די קליינע קינדער, האבן אויף דעם מלאך געקוקט מיט שרעק. מיר האבן געװוסט, אז דארט װו ער קומט, הייבט זיך אן ענין מיט באנקעם, מיט א קאנע, מיט א לעפל אין האלדז און נאך אזעלכע //אנגענעמע ״ זאכן. איך געדענק גוט ר׳ אלטערס פריזיערניע אץ אים אלײן. דאס געשעפט האט זיך געפונען צוזאמען מיט דער װינונג. װען מ׳האט פון דרױסן געעפנט די טיר, האט זיך אפגערופן א גלעקל. אין א מארק־טאג, אדער דאנערשטיק־פרײטיק, איז דארט געווען פול מיט פאציענטן, און אח ח דעד גאנצער משפחה האט נאך געארבעט אן ארבעטער ״אױף פראצענטער״. איך בין געווען א חבר פון ר׳ אלטערס א זון און מיר איז אפט אױסגעקומען צו זיצן אין דער פריזיערניע. איך האב ליב געהאט צו הערן ר׳ אלטערס דערצײלן זײנע מעשיות. אויסער דעם פריזירער־פאך האבן די דרײ ברידער ראזענשטאק זיך פארנומען

passage_d851dbaf42b6bed88eca16d0