Original scan
Original memorial-book scan 205
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-995

ספר לוקא װ 201 לײמענעם פאל פלעגט זי אויסשיטן געלן זאמד און אנצינדן דעם נאפטלאמפ. דאן האט זי געבענטש ליכט. װען איתיק און דינח זח זענען געקומען פון שול, האט זי די משפחה געזעצט עסן זייער ארעם מאלצײט בײם שבתדיקן טיש. אקעגן אונדזער הויז איז געװען דער קלײנער הויף פון אברהם דערשלער. ס׳היטל איז געװען װי ארײנגעשטופ טצװישן די ארומיקע הײזער. אברהמלע איז געװען א גערטנער. זײן פרוי חנה מיט איר חיטן פלאם אויפן פנים, װי אויך די קינדער, פלעגן אים העלפן בײ דער גערטנערייארבעט. מען פלעגט אים זען, װי ער שלעפט דעם װעגעלע אויף די פיר רעדער, פול מיט גרינצײג פון גארטן און דערבײ לײכט זיץ פנים. יחיאל ראזענבלום באקאנטע געשטאלטן דער פאטאגראפיסט מיגדאל אין שטאט זענען געװען צװײ פאטאגראפיסטן, אײנער א פאליאק, און דער צװײטער — דער פאפולערער מיגדאל. מען קען זאגן, אז עס איז נישט געװען כמעט קײן ײדישע שטוב אין לוקאװ, װו עס האבן זיך נישט געפונען די פאטאגראפיעס, װאס ער האט געמאכט.

passage_2ca5a7c7cac3a79f7ac15fb9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 997-2219

דץ פאטאגראפישער אנשטאלט האט זיך געפונען אין א גרויסער װוינונג. דאם אויפנעם־צימער איז געװען א גערוימער, באהאנגן מיט גרויסע בילדער, בעיקר םון צױניסטישע פירער. אין דער אטעליע איז דער דאד געװען א גלעזערנער ארן אויף א װאנט איז געװען פון גלאז, כדי עס זאל זיץ א מאקםימום פון ליכט. קײן עלעקטרישע רעפלעקטארן האט מיגדאל נישט געהאט. איבעריקנם, איז אין לוקאװ דאן נישט געװען ביי טאג קײן עלעקטריש ליכט. דערפאר האט ער זיך באנוצט מיט נאטירלעד טאג־ ליכט, װאם ער פלעגט רעגולירן מיט די לאנגע גארדינע פאר די םענצטער. פאטא־ גראפירן זיך פלעגט מען, נאטירלעד, אין א זוניקן טאג. מיגדאל האט פארמאגט פארשידענע דעקאראציעס, װאם האבן דערמעגלעכ ט צו פאטאגראפירן אין פארשידענע פאזעם און ״נאטור־באדינגונגעף. אזוי, למשל, האט מען געקענט ביי אים אין אטעליע זיך פאטאגראפירן רײטנדיק אויף א פעדד, נעבן א רײדן פאלאץ, אין א װאלד, אין א פארק מיט שװימענדיקע וױיםע שװאנען אאז״װ. אט האב איך א בילד, געמאכט פון מיגדאלן׳ װײ איך מיט נאך 3 חברים זיצן אין א שיפל און מיט די רודערם קעמפן מיר קעגן די שטורמישע כװאליעם (אויסן די לב ביי מיגדאלס • ביי מיגדאלן זענען אויך געװען אלערלײ קאסטױומען. ביי אים האט מען זיך געקענט

passage_dfc5c7d30271709ee46495b1