Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 212
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1114

ױסף זובראוויטש פרץ מארקיש אין לוקאװ א לענגערע צייט האב איך זיך איבערגעשריבן מיט פרץ מארקישן אין װארשע און אים פארבעט ן אויף א באזוך אין אונדזער שטאט. אבער תמיד איז פון אים געקומען דער זעלבער ענטפער: ער איז פארנומען. װי נאר די צייט וועט אים דערלויבן, וועט ער װעגן דעם אליין שרייבן. ענילעד איז טאקע געקומען א קארטל פון פרץ מארקישן: ער איז גרײט צו קומען קיץ לוקאװ מיט א רעפעראט אויף דער טעמע ״די 12 מאסקעם״. בײ אונדז אין קולטור־פאראײן, װאם האט געזאלט אײנארדענען דעם ארויםטריט, זענען געװען סקעפטיקער. זיי האבן געטענהט, אז דער רעפעראט פון פרץ מארקישן װעט מען אזוי פארשטײן, װי זײן פאעזיע. אין די ״12 מאסקעם״ רעדט ער װעגן מאיא־ קאװסקי, יעסענין, בלאק און נאך אזעלכע פאעטן, װאם זענען װײט באקאנ ט דעם ברײטן עולם. אבער די מערהײט מיטגלידער פון קולטור־פאראײן איז געװען צופרידן פון פרץ מארקישס נאענט ן באזוך. מיר האבן געדונגען דעם גרעסטן זאל אין שטאט און אפגעשמועסט מיט מארקישן די דאטע פון זײן רעפעראט. אין טאג פון רעפעראט זענען מיר געגאנגען צום װאקזאל אפװארטן דעם גאסט.

passage_3d6e215a7b685026dde43755
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1116-2428

איד הא ב ניש ט די װערטער צו שילדערן דעם אײנדרוק, װאם פרץ מאדקיש האט געמאכט שוין מיט זיץ אויםערלעכן אויםזען. עם איז זעלטן צו טרעפן אזא װוּנדערלעד שײנעם מענטש. פרץ מארקיש האט זיך אנגערופן, אז הױת עם איז נאד פאראן א םד צײט ביזן אנהײב פון רעפעראט, איז כדאי אביםל זיך איבערצושפאצירן דורד דעד שטאט. מיר זענען געװען צופרידן פון דער אידעע. מיר האבן שוין געטראכט װעגן פינאגםיעלן דערפאלג פון דער אונטערנעמונג, װארעם װי נאר די פרויען אין שטאט װעלן אים דערזען, װעט דער דערפאלג דץ א הונדערט־פראצענטיקער. אבער צו די חברים האב איך געטאן א װונק אז מען זאל קיץ סד נישט רעדן, װײל מיר האבן שוין געהאט גענוג צרות פון א צװייטן רעדנער. אץ די מעשה איז געװען אזוי איץ מאל האט דער טונקעלער געהאט א רעפעראט בײ אונדז אין שטאט. זענען מיר יא זאײד געגאנגען אביםל שפאצירן איבער דער שטאט. רופט זיך אן א חבר )״א שיץ װעטער אין דרויםן״. זאגט דער טונקעלער ״נאך װאם פאר א שיץ װעטער״! רופט זיך אן א צװייטער חבר ״א װונדערלעכע פאנאראמע״. זאגט דערויף דער טונקעלער ״אלץ הײםט װונדערלעד״?! דעם קומענדיקן שבת האט דער טונקעלער פארעפנטלעכט אין צײטונג א פעליעטאן, װו ער דערצײלט, אז ער האט באזוכט אזא אץ אזא שטאט. האט דארט איינער פץ ױינע באגלײטעד געזאגט ״פאנאראמע״, 208

passage_99c792c3b0ed1e47a6b44f5f