Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 214
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1132

210 םםר לוקאװ װיארםט(אגג, דער פאדריאטשיק האט געהאט ראפארטירט, אז דער שאםיי לוקאוײשעדלעץ איז אין גאנצן פארטיק, פאקטיש האט ער איבערגעלאזןד וױארםט זאמדיקן װעג״.). איןא מיטן נאכט, װען דער געגעראל האט אויף זיץ צוריקרייזע פון שעדלעץ זיד געםונען אויפן זאמדיקן װעג אין װאלד, האבן זיך באװיזןא מנין יידן, אנגעטוענע אין קיטלען און טליתים, אץ זײ האבן, װיא װאנט, זיך געשטעלט אין װעג. דער קוטשער האט פארהאלטן די פערד אץא דערשראקענער אדאפ פון דער קאטזןו. דער גענעראל האט זיך גענומען צלמען. די וױיםע געשטאלטן האבן פארלאנגט פון גענעראל, אז ער זאל זיך אפזאגן פון אלטן בית־עולם און גישט שטערן דיער רו. דער גענעראל האט צוגעזאגט. זײ האבן אבער פארלאנגט, אז ער זאל דאם טאן שריפטלעך. מיט ציטעדנדיקע הענט האט ער אין זיץ בלאק אויפגעשריבן, אז ער זאגט זיך אפ פון בית־עולם־פלאץ און זיך אונטערגעחתמעט. דאם פאפיר האט ער באד,אלטן אין טאש. די געשפענםטער האבן זיך אפגעטראגן, פארשוװנח אין װאלד. װען דער גענעראל איז אד.ײמגעקומען, האט ער דעם אקט אפגעשיקט אין דער ײדישעד קהילה, יחיאל ראזענבלום הינטער דער שטאט

passage_a9eddab11e268128902488b3
Passage 2normalized OCR · source chars 1134-2228

איך געדענק נאך װי די מאמע פלעגט מיך שיקן נאך ראזעװע ברויט צו חנא־ שמאיעם. דאם איז געװעןא גרויםער רונדער לאבן אויף גרויםע בלעטער. דאם ברויט איז געװען פריש, און אז מ׳האט עם באשמירט מיט פוטער, האט ער געהאט טעם גן־עדן. פאר װאם דערמאן איך איצט חנא־שמאיעם ראזעװע ברויט? װײל װען איך פלעג גיץ קויפן דאם ברויט, האב איך געמאכט דעם שײנעם שפאציר צו דער הינטערשטאט, וװ עם האבן געוװינט וױיניק ײדן, אבער דװקא אד,ין האט זײער געצויגן. און עם איז געװען צוליב װאם. און דערמאנענדיק זיך דעם װעג צו חנא־שמאיעם, װיל איך איצט שילדערן יענע געגנט. חנא־שמאיעס מיט דער משפחד, האבן געװוינט איןא שיץ געמויערט הויז. דארט איז תמיד געשטאנעןא רעש. די גאנצע משפחה האט זיך פארנומען מיטן האנדל פון תבואה, אץ אלע, סײ די זין, סײ די טעכטער, זענען געװען גרויםע, מיט רויטע באקן. אין דעם געװעלב, װאם זײ האבן געהאלטן נעבן דעם תבואה־האנדל, האבן געמאכט זײערע קנױת די זעלבע פויערים, װאס האבן זײ פארקויפט די תבואד,. אויף דער קעגנאיבערדיקער זײט פון שאסײ אױ געװען נאךא תבואה־סוחר,א

passage_90bef1c6fdb5886c0378cc5e