Original scan
Original memorial-book scan 215
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-692

ססר לוקא װ 211 קאנקורענט. מענגע ר האט ער געהײסן. די צװײ תבואה־םוחרי ם האבן נישט געלעבט בשלום. זײ זענען תמי ד געמע ן ברוגז צװישן זיך. נישט װײט פון דארט איז געשטאנען דער קאשטשא ל און די גימנאזיע. דארט איז אױך געװען א פרובט־םאד. מען האט דעדצײלט, אז דארט װאקסן ״ארץ־ישראל־ עפעלעך״. מיר, ײנגלעך, זענען געװען זײער נײגעריק צו פארזוכ ן דעם טעם פון די ״ארץ־ישראל־עפעלעך״. אײן מאל האבן מיר ״געגנבעט״ א ביסל פון דער דאזיקער פרוכט, און דאן האט זיך ארויםגעװיזן, אז זײ זענען רויט דורך א ץ דורך, און בײם עסן זענען זײ ביטער. פאר װאם מ׳האט זײ גערופֿן ״ארץ־ישראל־עפעלעך״, װײס איך נישט, אבער זײ האבן ם ײ װי געהאט טעם גן־עדן.

passage_86b897bf6086dfe3b3a689bd
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 694-1773

על פי רוב פלעג איך שנעל אדורכלויפן די געגנט, װײל די פוילישע גימנאזיע־ שילער זענען אפט באפאלן ײדישע ײנגלעך און זיי געשלאגן. בײם אדורכגײן די גימנאזיע האב איך מיט קנאה אריבערגעקוקט דעם שטײנערנעם פארקאן. דארט אינעװײניק איז אויך געװען א פרוכט־גארטן, װעגן װעלכן מ׳האט דערצײלט נסים. מען האט געזאגט, אז דארט װאקםן אפילו ״פאמעדארן״ — א לעגענדארע פרי אין יענע צײטן. די ײדישע ײנגלעך האבן געהאט גרויס חשק ארײנצוכאפן זיך א מאל ארײן, אבער דער פחד איז געװען גרויס. מען האט דערצײלט, אז דארט זענען פאראן גרויסע הינט, און חוץ דעם גײען דארט ארום װעכטער מיט ביקס און זיי שיסן מיט אזא מין שרויט, אז װען ער גײט אריץ אין קערפער, קען מען אים שוין נישט ארויםנעמען.. . קעגנאיבער איז געװען די ״פאװשעכנע שקאלע״ (אלגעמײנע פאלקםשול). דארט אין הויף איז געשטאנען א חורבה, װו עס האט געװוינט די משפחה פון מײן חדר־חבר מאיר. זײן באבע שרה פלעגט אונדז ארויסיאגן און אונדז שעלטן. די באבע פלעגט שטענדיק טענהן, אז זי האט אראפגעשלונגע ן א קאפיקע און זי שטיקט איר אין האלדז.

passage_752c6e08d0085bd2550828d2
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1775-3009

פון דארט פירטער וועג צום לוקאוווער הויף. איך געדענק נאך דעם דארטיקן גרויסן סאד, וואס ײדן פלעגן דינגען יעדעם יאר. דער םאד איז געװען אפן פון אלע זייטן. שבת פלעגט די גאנצע שטאט קומען אין סאד אריין, גאנצע משפחות האבן זיך אװעקגעלײגט אונטער די אלטע ביימער און געשעט נחט פון גאטם שײנער װעלט. דער סאד האט זיך געגרענעצט מיטן אלטן בית־עולם, וואם איז געװען אזוי פארװאקםן ׳ אז מען האט נישט ארויסגעזען די מצבות. דארט איז געװען דער טרעפפונקט פאר אונטערװעלטניקעס און גאםן־פרויען, װאם פלעגן דארט פארברענגען. א צוױיטע זײט פץ סאד האט זיך געגרענעצט מיטן ״ברויז״ און אנטקעגן האט זיך געפונען א ריי פון יידישע היחער. איך געדענק דאם הויז פון שמולקע־זבולץ, װאם איז געװען דער ״הויפט־קעמפער״ פון דער ״אגודה״ בעת די ״שלאכטן״ אין בית־מדרש צװישן די ארטאדאקסן און צױניםטן. בײ אים האט געװוינ ט א קונםט־מאלער, א פאליאק, װאם פלעגט מאלן בעיקר פארטרעטן פץ ײדישע טיפן. מיר, ײדישע ײנגלעך, פלעגן זיך ארונטערגנבענען הינטערן פענצטער און קוקן אויף די בילדער: א ײדענע בם צאינה־וראינד״ א ייד אין טלית ותפילין, א ייד בלאזט שופר אד״גל. מיר דיאב ן זך שטארק געוזידושמ, אז א ״גוײשקער קאפ״ קען מאלן אזעלכע יידישע בילדער.

passage_385a28bacf9ea62bd6c6c4b6