Original scan
Original memorial-book scan 216
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-942

212 ספר לוקאװ פארן ארײנגאנג צום ברויז איז געװען א גרויסער טויער מיט צװיי שװערע טירן. דאם טויער איז געװען אפן א גאנצע װאך, אחוץ פון פרײטיק 12 נאכמיטאג ביז זונטיק אין דער פרי. דער הויף פון ברויז איז געװען זײער א רײנער, מיט א סאד, אין װעלכן, װי מיר דאכט זיך, עס זענע ן געװאקסן די אײנציקע װעלטשענע נומבײמער אין דער געגנט. די אײנװוינער פונעם ברויז האבן געװוינט אין שײנע הײזלעך, ארומ- גערינגלטע מיט גערטנדלעך. זײ האבן געהאט אן אײגענעם בית־מדרש, און אפילו אן אײגענע מקװה. זײ האבן געלעבט א ביסל אפגעזונדערט פון דער שטאט און זײ פלעגן זיך משדך זיצן צװישן זיך. אין אזא פאל פלעגן גאנצע װאכן אפגעריכט װערן שמחות מיט סעודות און מען האט געהוליעט ביז שפעט אין די נעכט ארײן. פאר דעם יונגן פאר האט מען צוגעבויט נאך א הײזל און די ״ברויז״־קאלאניע האט זיך פאר- גרעסערט. פונעם ״ברויז״ האט דער װעג געפירט אין שטאט ארײן. לוקאװער ױגנט

passage_b96f923ca034719ef6fef74e