Original scan
Original memorial-book scan 218
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-726

214 םםר לוקא װ דעם ערשטן טאג ראש השנה צו שופר בלאזן האבן די מאמעס געפירט זייערע ״אויפגעקלערטע״ טעכטער אין שול אריין, צו הערן דארט שופר בלאזן. אויפן וועג האבן די זיד איבערגעװונקען מיט זייערע חברים, װאס האבן אפגעװארט און נאכן שופר בלאז זײ אפגעפירט אהײם... מוצאי ראש השנה זענען אין אלע אינסטיטוציעס געװארן אײנגעארדנט רעפעראטן און קאנצערטן • אײד טעאטער איז געװארן געשפילט דורך די דראמקריחן. אין די עשרת ימי תשובה זענען נישט פארגעקומען קײן דין־תורהס, און אז ס׳איז אויסגעפאלן א ״ספראװע״ ■ אין סאנד האט דער ריכטער לאנצעװיטש שוין געװוסט, אז הײנט װעלן די ייִדן צו דער ״ספראװע״ גישט קומען, און אויב זײ װעלן יא קומען — װעלן זײ זיך פארגלײכן.

passage_8a463b4f1ca518103a52cbd9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 728-2099

ערב יום־כיפור זענען אלע אויפגעשטאנען מיטן טאג צוגלײך. די בתי־מדרשים זענען געװען פול, די געװעלבער זענען געװען אפן און די ארבעטער האבן געארבעט. צו כל נדרי האבן איבער אלע גאסן און געסלעך אנגעהויבן שטראמען מעגטשן. גרויס און קלײן, מענער און פרויען זענען געװען אנגעטאן אין װײס. װען דער רב באװײזט זיך װערן אלע שטיל. ער קומט אין באגלײט פון בײדע שמשים ־ שלמה יחיאל און גרשץ ליבה חנטשעס. שלמה יחיאל איז א נידעריקער און א דארער, גרשון — א דיקערער. צװישן די בײדע שםאנט דער רב, א הויכער מעגטש מיט א שײנער בארד, ליכטיקע אויגן און א בלײך פנים, װי די שכינה װאלט גערוט אויף אים. געקומען אין שול, גייט ער גלייך ארויף אויפן באלעמער. דער גבאי חיים מאיר פאסטמאן טוט א קלאפ אין שולחן און דער רב הײבט אן: — על דעת המקום ועל דעת הקהל... קיינער רירט זיך נישט פון ארט ביז דער רב ענדיקט נישט. נאך א קלײנעם איבער־ רײס הײבט אן דער חזן גרשון פלוג צו זאגן כל נדרי. פון בײדע זײטן העלפן אים די משוררים. נאכן דאװענען בלייבן א כײל פון די מתפללים איבער און זאגן שיר היחוד. יום כיפור אין דער פרי שטעלט מען זיך דאװענען 8 א זײגער. אין די שטובן זענען געבליבן בלויז די קלײנע קינדער. אויפן שולהויף האבן אסך זיך ארומגעדרײט מיט די טליתים. אינעווייניק האט דער חזן געטאן זײנס און דער טאג איז אדורך אין תפילה און געזאנג.

passage_e83984aa84f1895e54884709
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2101-2538

צװישן די אלע, װאס פלעגן קומען אין שול בלויז דאס איינע מאל אין יאר, איז געװען משה פעקער (מארמאנטשיק). מערסטנטײל פלעגט ער קומען צו נעילה. װי נאר דער חזן האט פארענדיקט נעילה, האט ער זיך אנגערופן צום זון־״קום, לאמיר אויפן נײעם יאר אים שוין אנפײפן א מעריב...״ אלעס אין שטאט האבן געװוסט, אז מארמאנטשיק איז אן ״אויפגעקלערטער״ • יע שבת־צו־נאכטס האט ער געהײסן זײן זון שפילן די ״התקװה״.

passage_25234935573da7b55f378b4c