Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 218
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-726

214 םםר לוקאװ דעם ערשטן טאג ראש השנה צו שוםר בלאזן האכן די מאמעס געפירט זייערע ״אויפגעקלערטע״ טעכטער אין שול אריין, צו הערן דארט שופר בלאזן. אויפן וועג האבן די זיד איבערגעװונקען מיט זייערע חברים, װאס האבן אפגעווארט און נאכן שופר בלאץ זײ אפגעפירט אהײם... מוצאי ראש השנה זענען אין אלע אינסטיטוציעס געװארן אײנגעארדנט רעפעראטן און קאנצערטן• אייד טעאטער איז געװארן געשפילט דורך די דראמקריחן. אין די עשרת ימי תשובה זענען נישט פארגעקומען קײן דין־תורהס, און אז ס׳איז אויסגעפאלןא ״ספראװע״■ אין סאנד האט דער ריכטער לאנצעװיטש שוין געוװסט, אז הײנט װעלן די ײדן צו דער ״ספראװע״ גישט קומען, און אויב זײ װעלן יא קומען— װעלן זײ זיך פארגלײכן.

passage_8a463b4f1ca518103a52cbd9
Passage 2normalized OCR · source chars 728-2099

ערב יום־כיפור זענען אלע אויפגעשטאנען מיטן טאג צוגלײך. די בתי־מדרשים זענען געװען פול, די געװעלבער זענען געװען אפן און די ארבעטער האבן געארבעט. צו כל נדרי האבן איבער אלע גאסן און געסלעך אנגעהויבן שטראמען מעגטשן. גרויס און קלײן, מענער און פרויען זענען געװען אנגעטאן אין װײס. װען דער רב באװײזט זיך װערן אלע שטיל. ער קומט אין באגלײט פון בײדע שמשים־ שלמה יחיאל און גרשץ ליבע חנטשעס. שלמה יחיאל איזא נידעריקער אוןא דארער, גרשון—א דיקערער. צװישן די בײדע שםאנט דער רב,א הויכער מעגטש מיטא שײנער בארד, ליכטיקע אויגן אוןא בלייך פנים, װי די שכינה װאלט גערוט אויף אים. געקומען אין שול, גײט ער גלײך ארויף אויפן באלעמער. דער גבאי חײם מאיר פאסטמאן טוטא קלאפ אין שולחן און דער רב הײבט אן: — על דעת המקום ועל דעת הקהל... קײנער רירט זיך נישט פון ארט ביז דער רב ענדיקט נישט. נאךא קלײנעם איבער־ רײס הײבט אן דער חזן גרשון פלוג צו זאגן כל נדרי. פון בײדע זײטן העלפן אים די משוררים. נאכן דאװענען בלײבןא כײל פון די מתפללים איבער און זאגן שיר היחוד. ױם כיפור אין דער פרי שטעלט מען זיך דאװענען8א זײגער. אין די שטובן זענען געבליבן בלויז די קלײנע קינדער. אויפן שולהויף האכןא סך זיך ארומגעדרײט מיט די טליתים. אינעוױיניק האט דער חזן געטאן זײנס און דער טאג איז אדורך אין תפילה און געזאנג.

passage_e83984aa84f1895e54884709
Passage 3normalized OCR · source chars 2101-2538

צװישן די אלע, װאס פלעגן קומען אין שול בלויז דאס אײנע מאל אין יאר, איז געװען משה פעקער (מארמאנטשיק). מערסטנטײל פלעגט ער קומען צו נעילה. װי נאר דער חזן האט פארענדיקט נעילה, האט ער זיך אנגערופן צום זון־ ״קום, לאמיר אויפן נײעם יאר אים שוין אנפײפןא מעריב...״ אלע אין שטאט האבן געװוסט, אז מארמאנטשיק איז אן ״אויפגעקלערטער״• יעת שבת־צו־נאכטס האט ער געהײסן זײן זון שפילן די ״התקװה״.

passage_25234935573da7b55f378b4c