Original scan
Original memorial-book scan 223
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1141

םםר לוקא װ 219 דעמאלטיקע רעװאלוציאנער לידער װי װעגן שולמאנ'ס טויט און ענלעכע. דער פאטער ע״ה האט געהאט א באזונדערן חוש פאר גוטער הארמאנישער מוזיק, סײ ליטורגישע, סײ קלאסישע, װעלטלעכע. אין די דאזיקע אומשטענדן האט בײ די פיר זין זיך אנט־ װיקלט א ליבשאפט צו געזאנג. די שכנים אונדזערע, ײדישע וױ נישט ײדישע, פלעגן זיך שטעלן הינטער אונדזער פענצטער א מ מיט פארגעניגן זיך צוהערן, װען מיר האבן געגעבן א זינג־אויף א ״צור משלו אכלנו״, אדער א ״ױם זה מכובד״. און װען אונדזער הײמישער כאר איז ארײן אין התפעלות, איז מען שוין איבערגעגאנגען צו צױן־לידער, צו פאלקסלידער און לסוף אפילו צו רעװאלוציאנער ע לידער. דאס איז געווען דער טאג אין דער װאך, װען טאטע־מאמע און קינדער האבן זיך געאײגיקט אין נגינה. דעמאלט איז אין שטוב געשאפן געװארן א הארמאניע. יענע זמירות און געזאנגן האט מען געקענט אנרופן די ״צוקונפט־מוזיק״. משה פעלצמאן איצל־חײם — דער חומש־מלמד איצל־חײם, דער חומש־מלמד, האט געװוינט אויפן בהמה־מארק, אין אן אײגן הױז אין הויף אויפן גאח האט ער געהאט דאס חדר צוזאמען מיט זי? װװיגונג, װאס איז באשטאנען פון אץ צימער.

passage_75872e8560120fdc0ad2374c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1143-2294

איצל־חײם איז געװען אײד מיט א הויכער פלײצע. דער קאפ זײנער איז געװען פארגראבן צװישן די אקםלען. ער האט געהאט א שפיציקע נאז און א שיטער בערדל. זײץ פנים איז געװען אש־גרא, די אויגן — ברוינע, טיף־ארײנגעזעצטע אין די לעכער. די לאנגע הענט מיט די דארע פינגער האט ער תמיד געהאלטן אין אײץ פאזע ■ די רעכטע — פאדשטעקט אין כאלאטל, צװישן די קנעפלעך און די לינקע — אנגעשפארט אויפן הינטן. איבער זײץ פנים האט זײער זעלטן זיך באװױן א שמײכל. די קינדער האבן די רביצין גערופֿן די ״צאנעכע״, דערפאר װײל אירע גרויסע צײן האבן איר ארויסגעשטארצט פון מױל. אלץ איז זי געװען קלײן און פארדארט מיט א מױזן־פנים מיט שפיציקע אויגן. די קינדער פלעגן פאר איר שטארק מורא האבן, װײל זי האט זײ אנגעטאן צרות. װען דאם קליעװארג האט געבראכט פארן רבין װאסער פון דער שיל־פלומפ, האט זי דאס װאסער באהאלטן פאר די קינדער און געהײסן זײ טרינקען דאס װאסער פון בהמה־מארק, װאם איז געװען נישט געשמאק. די 6—ד־יאריקע תלמידים האבן ביי איצל־חיימען געלערנט חומש. די ײנגלעך זענעז געזעסן ארום א גרויסן טיש, יעדער ביי זײן חומש, און דער רבי, אױבן אן, האט געלערנט

passage_4028337c0c079066093f681a