Original scan
Original memorial-book scan 222
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1102

חיים ישראל גאטעסדינער, בוענאס־אײרעס זמירו ת אםך לוקאװער געדענקען, אז מײן פאטער ר׳ יצחק איתיק ע״ה איז געװען זייער א רעליגיעזער מענטש, אבער אין דער זעלבער צײט טאלעראגט צו יענעמס אידעען און פירונגען. ער האט אלעמען אן אונטערשיד רעםפעקטירט — א זעלטנקײט בײ פרומע ײדן. אפשר דערפאר טאקע האט מען אים גענומען פאר א בוררםײ אין געלט־געשעפטן, םײ אין משפחה־ענינים. ער איז געװען באקאנ ט אויך אלם מוהל, אין לוקאװאו און אין די ארומיקע שטעטלעך און דערפער. אין די שפעטע פראםטיקע װינטערנעכט פלעגן קומען דארפםײדן און רופן דעם פאטער אויף א ברית. ער האט זיך קײן מאל נישט אפגעזאגט. פארשטײט זיך, אז דערפון האט ער נישט געצויגן קי ץ פרנסה. אויב איך האב נישט קײן טעות, האט ער נישט איצמאל צוגעלײגט פון דער אײגענער קעשענע • דער גאנצער עול פרנסה איז געפאלן אויף מײן מוטער דװאשע. מיט דע ד גרעםטער מי אז איבערגעגעבנקײט האט זי דערצויגן די פיר קינדער. די שטורעמדיקע צײטן, מלחמה און רעװאלוציע האבן געבראכט מיט זיך צעשטע־ רונג און חורבן, פון וועלכע עס האט אויך געליטן די ײדישע הײם.

passage_957c2f7e80523e2b9a21fd12
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1104-2220

אין יענע באדינגונגען האבן מיר, די פיר ברידער, זיך דערצויגן, װער אין פאראײ װער אין בית־מדרש און ישיבה. שפעטער, װען די דײטשן האבן אקופירט פוילן און א שטיק רוםלאנד, איז מלאכה געװארן נישט נאר חשוב, נאר אויך א נויטװענדיקײט, מען איז אװעק צו ארבעט, און במילא — צו די פארשידענע פארטײען אויף דער ײדישער גאס. די דיםקוםיעם האבן נישט אויסגעמיטן אויך די אײגענע הײם. טאטע־מאמע האבן זיך מצעד געװען, אז אחוץ דעם װאם די קינדער זענען ארוים לתרבות רעה, האבן זיי נאך ארײנגעבראכט א צעריםנקײט אין דער משפחה. א גאנצע װאך האט יעדער געהאט זײן קרײז חברים, אזוי, אז מ׳האט כמעט נישט געגעםן צוזאמען. דאקעגן פרײטיק צו נאכטס האט מען שוין אלע געפראװע ט די שבת־ דיקע םעוד ה צוזאמען מיטן טאטן. די שבתדיקה םעוד ה האט זיך אויסגעטײלט נישט בלויז מיט די מאכלים — געפילטע פיש, לאקשן מיט ױיך׳ צימעם, און א שטיקל פלײש, נאר אויך מיט די הארציקע זמירות־ ניגונים. אונדזער הײם האט געשמט מיט איר נגינה. אפילו די מאמע ע״ה פלעגט בײ די שװער־ םטע ארבעטן אונטערבאמקען די לידע ד פץ גאלדפאדענם טעאטער־שטיק, אדער די 218

passage_3de66d9dcbb19bfd0f6c1065