שמעון סיראק א געשטאלטן פון רעליגיעזן לוקאװ ר מטה אהריו וײינטרויב צװישן ביידע װעלט־מלחמות האט די ערשטע ראלע אין לוקאװער געזעלשאפטלעכן לעבן געשפילט משה אהרן וױינטרויב, אדער װי אנדערע האבן אים גערופן — משה אהרון ליםיביקער. כמעט די גאנצע צײט איז ער געװען דער אײנציקער ײדישער ״לאװניק* (מיטגליד פון דער שטאטראט־פארװאלטונג). א געװיסע צײט — געװען אויך פרעזעם םון דער גמינע (קהילה)׳ א לאנגע צײט — פרעזעם פון דער ״אגודה״ און פארנומען גאד פיל אנדערע געזעלשאפטלעכע אמטן. משה אהרן וױינטרויב איז געװען א פאטריארכאלישע געשטאלט. א שװארצע בארד האט באדעקט זיץ פנים, משה אהרן האט א םך ״חםידים״, װאס זענען גרײט צו גי ץ פאר אים אין פײער, אץ טראץ דעם. װאם ער איז דער פרעזעם פון דער ״אגודה״, װאם רעפרע ־זענטירט םוחרים און חםידים, קלעפן אין אים דוקא ״עמך״־מענטשן, בעלי־מלאכה. משה אהרון איז זײער ליבלינג, און זיי זענען גרײט זיך מקריב צו דין םאר אים. משה אהרן האט אויך א םך קעגנערס און אפילו ביטערע שונאים, װאם זענען גרײט אלץ צו טאן, בכדי אים צו באזײטיקן פון דער געזעלשאפטלעכער ארענע. געװען צײטן, װען ס׳האט זיך געדוכט, אז אט, אט, געלינגט עס זײ. אבער ר׳ משה אהרן איז געבליבן אויף דער פאזיציע ביז צו זיץ טראגיש אומקום דורך די נאצים ימ״ש.
משה אהרן װײנטרויב, טראץ דעם װאם ער געהערט צו דער ״אגודה״, פאסט זיך נישט צו צו דער פארטײ־דיםציפלץ. א געװיסע צײט איז ער נישט שװע בשװע מיט די אײגענע ״אגודה״־חברים. אבער זײנע ״חסידים״ בלײבן אים טרײא און א גרענעץ• כדאי צו באמערקן, אז ר׳ משה אהרן וױינטרויב, װאם פירט אן מיטן ײדישן לוקאװ צװײ צענדליק יאר און זארגט פארן כלל און פרט, לעבט אליץ באשײדן אויף א בוידעם־שטיבל, װאם אין צימער דערפון איז א בית תפילה. ער לעבט אפילו געװיסע צײטן אין דחקות, פארמאגט נישט קײן פרוטה בײ דער גשמה. ער זארגט פאר אלעמען, אויסער פאר זיך. אין דער ערשטער צײט פון דער גאצישער אקופאציע שטײט ער בראש פון יודענ־ראט, אבער מיט דער שטרעבונג צו ראטעװען ײדן און העלפן זײ מיט אלע מעגלעכקײטן. ער איז זיך מוםר־נפש פאר די, ער נוצט אויס אלע מעגלעכקײטן צו העלפן אלע װאס װענדן זיך נאך הילף. װען די דייטשן ימ״ש זעען, אז די קעגן מיט אים גארנישט מאכן, ליק־װידירן די אים דעם ערשטן, נאך פאר אלע ״אקציעס״ אין לוקאװ. ער קומט אום װי א קדוש, אץ װי א אמתער ײדישער מנהיג. יהי זכרו ברוך. 221