222 םסר יוקא װ ר׳ ױנ הנוי אויף דער ציענזשקאװיזנע־גאם, שוין באלד אין דער גוײשער געגנט, צװישן םעדער און לאנקעם, געפינט זיך דער בירד.ויז, ווו עס ווערט פראדוצירט ביר און צעשיקט אין אלע שטעטלעך ארום. און אין דעם ריזיקן בירהויז־הויף, װוינען די אייגנטימער — די פאמיליעם רוזא ל—יוםטמאן—נוי. זײ זענען די רײכסטע ײדישע פאמיליעם פון לוקאװ (אזוי שמועסט מען אין שטאט)! אבער זײ זענען אויך חסידיש און אריסטאקהאטיש! א ספעציעלע אײדלקײט לײכט ארויס פון זײערע פנימער: זי גייען אין זײד און אין םאמעט, רעדן שטיל — קוים מ׳הערט זײ. ר׳ יונה נוי, אײנער פון זײ, געהערט צו די חשובע געזעלשאפטלעכע טוערס אין ײדישן רעליגיעזן לוקאװ. ער איז א ײדא תלמיד־חכם און גלײכצײטיק — א ידען אין דער פוילישער און װעלט־ליטעראטור. ער איז א שארפער גערער חסיד, זאגט נאך חסידישע תורות, און גלײכצײטיק ציטירט אין שטאטראט אויסנװײניק מיצקעװיטש און םלאװאצקי. ר׳ יונד׳ נוי רעפרעזענטירט די •,אגודד,״ אין שטאטראט. א לענגערע צײט איז ער אויד א לאװניק (מיטגליד פון מאגיסטראט, שטאט־פארװאלטונג) און ער רופט ארוים רעםפעקט בײ אלעמען מיט זײן שײנעם פויליש. גלייכצייטיק באמיט ער זיך מיט אלע כוחות צו טאן א טובה יעדן ײד װאם דארף זײן הילף.
ר׳ ױנה נו יאיז יארן־לאנג פרעזעס פו ן דער ״אגודה״, און מיט זײן װירדיקן און רױקן אויפטרעטן ברענגט ער כבוד דער פארטײ װאס ער פארטרעט. זײנע לאגישע ארגומענטן איבערצײגן אנהענגער און קעגנער. ר׳ ױנה לערנט מיט דער ױגנט פרשת השבוע און שמונה פרקים לרמב״ם. און א תענוג איז צו הערן זײנעם א שיעור. איך געדענק א פרײטיק־צו־נאכטם װען איך בין געגאנגען ברענגען ר׳ ױהן פון דער ציענזשקאװיזנער צום שיעור פון די צעירי אגודה אין ״אגודה״־הויז, לעבן דעם שול־הויף. ר׳ ױנה האט אנגעהויבן זאגן פירושים אויפן פסוק פון דער סדרה ויצא יעקב מבאר־שבע וילך חרנה. אין דרױסן פאלט א שנײ, די קעלט איז גרויס, אבער צענדליקער ױנגעלײט זיצן אין קאלטן ״אגודה״־זאל אן הערן צו מיט אפענע מײלע שעהען לאנג די פערלדיקע געדאנ ־ קען װאס ר׳ ױנה גיט איבער פ״ץ פארשידעגע תורה־קװאלן. ר׳ ױנה נו יגיט צו פארשטיץ: יעקב אבינו םימבאליױרט דעם כלל ישראל. ער גײט ארוים פון באר־שבע, װאם סימבאליזירט זעטערץ און רץקײט, און גײט חרנה, װאם םימבא ־ ליזירט חרץאף, דער צארן פון ג־ט. דער כלל ישראל דארף דורכגײן פארשידענע תקופות, ביז ער װעט קומען צו זיץ ענדציל — די גאולה השלמה אין דץ הײליקן לאנד• ר׳ ױנה נו יקומט אום, צוזאמען מיטן כלל־ישראל, בשעת חרון אף ה׳ בגולת אירופה, אין דער גרויסער יידישער קהילה װארשע.
זאלן די שורות דינען אן אנדענק פאר זיץ אײדעלער אץ נאבעלער נשמה. ר׳ ױנה האט זוכה געװען — זײן זץ, ר׳ מענדל נוי, געפינט זיך מיט אונדז אין ארץ־ישראל אץ איז אײנער פץ די בויער פץ אונדזער ארגץ עולי לוקוב אין הײליקן לאנד •