224 םםר לוקא װ שטאט. אלע באװיעען דעם טייערן און ליבן ר׳ זבולװ, װאם אלע האבן אים ליב געהאט און ער האט אלעמען ליב געהאט. ער לאזט איבער זין, טעבטער, שנירן, אײדעמם, אײניקלעך און אוראייניקלעד — זיבעציק אין צאל. זיץ עלטסטער זון ר׳ שמואלקע, א שטורמישע און ברויזנדיקע פיגור, א גרויסער םוח ר און כלל־טוערס מיט א װארעם ײדיש הארץ, שטײט בראש פון ײדישן געטא אין לוקאװ ביז דער לעצטער מינוט. אלע קינדער, אײניקלעד און אוראײניקלעד פון ר׳ זבולון קומען אום אין געטא בעת די פארשידענע אקציעם. דער שרייבער פון די שורות איז דאס אײנציקע אײניקל, װאם די השגחה האט איבערגעלאזט, ער זאל לאזן א טרער אויף די אומבאװומטע קברים פון דער משפחה פון ר׳ זבולון אריה, װאם האט מקריב געװען זיבעציק קרבנות אויפן מזבח פון דער שואה אין אײראפע. ר׳ געצ ל מ>ןנישע ס דץ נאמען איז ר׳ געצ ל לאמפיטער, אבער אלע רופן אים ר׳ געצ ל מאנישעם. א צענטראלע געשטאלט אין רעליגיעזן לוקאװ. ר׳ געצ ל װוינט אויפן בהמה־מארק, אין א קלײנער װוינונג מיט א קליץ געשעפטל פון צוקערװארג, װאם ער פאבריצירט אלײן. װער קויפט ביי אים זיץ ג—ט אין הימל װײסט. שטענדיק איז ער פארנומען אין כלל־ענינים.
אװויםע פאטריארכאלע בארד באדעקט די ןפנים. ר׳ געצל איז א קאצקער חסיד און דער טאנגעבער אין קאצקער שטיבל — איינער פון די גרעסטע שטיבלעך אין שטאט, אבער ער איז אייד אנגענומען אין אלע חסידישע קרייזן. ווען אלע חסידים ווילן אויפנעמען הגאון רבי מנחם זעמבע פון פראגע אלס רב אין לוקאוואץ דער גאון זאגט זײ, אז אלץ װענדט זיך אין גערער רבין, פארט ער צוזאמען מיט ר׳ שמואל׳קע אריה צום גערער רבי און ער באקומט זיץ הסכמה צו דעם, (צו ב םוף איז דאם נישט אויס־ געפירט געווארן צוליב אנדערע סיבות). אין אלע װיכטיקע שטאטישע אנגעלעגנהײטן זאגט ר׳ געצל זיץ װארעמע און שטרענגע װארט. װען עס קומט אן עת־צרה און דער ציבור קומט זיך צונויף דאם הארץ פארן בורא עולמים אויסגיסן — ווער זאגט דברי התעוררות, אויב נישט ר׳ געצל?עם דערמאנען זײנע פײערדיקע דרשות, געזאגטע מיטן אלטן מוסר־ניגון. ביי א הספד פון א חשובן ייד גיסט ר׳ געצל מיט ביטערע טרערן, און מיט אים — דער גאנצער עולם.
אבער נישט נאר שטרעמאי ז ר׳ געצל. ער איז איי ד ײי ד אץ צערטלעד פאר יעדן ײד, וואס האט א צעבראכן הארץ און קומט זיך פאר אים אפרעדן און דארף דץ הילף• איי ד פאר יעדעם ײדישן קינד איז דץ הארץ אפן אץ ער טוט אלץ, ער זאל קענען זיצן אץ לערנען. ר׳ געצל איז דער הויפט־מנהל פץ דער ישיבה (שלא על מנת לקבל פרס). פאר דער ישיבה גיט ער אוועק דאם גאנצע לעבן ביי טאג אץ ביי נאכט, שבת און יום־טוב. ר׳ געצל איז מטיל אימה אויף די תלמידים, מען ציטערט פאר אים. אבער עס זענען פאראן צייטן, ווען ער צערעדט זיך מיט די קינדער פץ דער ישיבה. דאן