228 ססר לוקאוו אין םארביגדונג מיט אים— װאם זענען זײגע בקשותז איך זאל אליארמירן די װעלט װעגן די ײדישע לײדן. ער שיקט מיר אדרעסן פון רבנים און עםקנים, װאס געפינעז זיך אין װארשע און איך זאל זיך באמיען זײ זאלן באקומען הילף. דאם זענען זײנע זארגן אין דער ביטערער צײט. נאך דעם ארויםשיקן אים קיק אוישװיץ׳ מאכט דורך די מאמע מיט די קינדער ע״ה אלע צרות און יםורים, און די קומען אום אין געטא צוזאמען מיט אלע לוקאװער ײדז. מײן ײנגערע שװעםטער געמי,א דערװאקםן מײדל, איז שטארק טעטיק בײמ העלםן ײדן. דעם טאטנם ע׳ױ•. דערצױנג איז אין אונדזער אלעמענם בלוט. מײן עלטערער ברודער דוד בלײבט אין בונקער צװישן די לעצטע קעמפער אין דער יאטקע־גאם, לעבן דעם הויז פונעם זײדן ר׳ זבולון. מיץ םאטער ר׳ שמואל חײם םיראקא מיט דער מאמע ע״ה און זיבן שװעסטער זענען אומגעקומען אויף קידוש־השם, אבער זײערע תפילות האבן געפועלט, אז לכל הפחות׳ אימ קינד פון די זאל בלײבן— דער שרײבער פון די שורות— װאם זאל אװעקגעבן זײנע באשײדענע כוחות צום אויפבוי פון ציון און ירושלים, װאם זײ האבן אזוי ליב געד.אט. און דער שרײבער פון די שורות געפינט זײן טרײסט אין בוי פון דער רעליגיעזער שטאט בני־ברק— פון אזא שטאט האט מײן פאטער ע״ה געחלומט. און זאל דאם זײןא נחת רוח פאר זײערע הײליקע נשמות.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1321
passage_fe9d530588b2fe83723bf3be