Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 239
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-717

סםר לוקא װ 235 לײכטער. זי האט אן די געצונח׳ כחזײזאא נישט שטיץ קיץ פארשעמטע). װי חרך א כישוף האט אלץ אן שטוב זיך געענדערט. איצמאל האט א פריץ פון הינטער לוקא װ געבראכט צו זלמנען זײנע 3 זץ, תא ם לערנען זיך אין װארשע אין גלחים־סעמינאר און מען דאר ף זיי אויפנײען קירכלעכע בגחם. זלמן יאבקע נעמט אן די ארבעט׳ דער פריץ װיל אבער׳ אז דער שנײדער זאל פארן צו אים אין הויף, כדי די קינדער זאלן נישט דארפן בײם פאםן צו פיל זיך דחיען אין א אידישער שטוב. זלמן האט אײנגעפאקט די מאשין מיט די שער און מיטגענומען די קינדער װאם העלפן אים אין דער ארבעט, װי אויך דעם געזעלן. זלמן האט אױך נישט פארגעםן מיטצונעמען א מזוזד, אין טלית־זעקל.

passage_4c7a9c2a89bfac2fa97cb777
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 719-2058

זײ האבן באקומען אין הויף א צימער צו דער ארבעט. בײ טאג האט זלמן אויפגעהאנגען ח מזחד, פון דרויםן, װײל אינעוױניק איז געהאנגען א צלם מיטן בילד פון געקחיציקטן. צוליב דעם טאקע איז ער נישט געשלאפן אין דעם צימער בײ נאכט, נאר אװעק נעכטיקן מיט זײן קאפעליע אין שײער, װו ער פארגעםט אויך נישט אנצוקלאפ׺ די מזוזד,. נעבן זיך האט ער אװעקגעשטעלט זיץ שװארץ קװערטל מיט נעגלװאםער. אין עטלעכע טעג ארום איז דער אויפזעער געקומען מיט א טענה, אז דער ײד טוט א ״נישט שײנע זאך״ אין שײער, װײל יעדן אינדערפרי איז נאם נעבן ײדס געלעגער. ר׳ זלמן האט מיט א שװער לשון זיך פארענטפערט, אז דאם איז, פראשעװ פאנא, נעגלװאםער. אבער דער ערל האט נישט פארשטאנען. כון דעמאלט אן האט ר׳ זלמן גענומען שטעלן דאם קװערטל מיטן נעגלװאםער בײ דער טיר פון שײער, און בײם אויפשטיץ, כדי נישט צו גיץ 4 אײלן א נישט געװאשענעד, איז ער אויף אלע פיר געקראכן צו דער טיר. איצטמאל האט דאם דער אויפזעער באמערקט. ר׳ זלמן האט געטענהט, אז דער בויך האט אים װײ געטאן, האט ער נישט געקענט גיץ. דער גוי האט געקוקט מיט מארדאכט, װי מ׳װאלט אים עפעס אפגעטאן. די ארבעט איז מיט מזל געװארן פארענדיקט. ר׳ זלמן איז אהײמגעפארן מיט א פאר גילדן אין קעשענע, און אויף דער צװײטער װאך האט ער שוין גענײט אומזיסט פאר ארעמע ישיבה־בחורים.

passage_2d88fc0fbe64ed623c3d9b51
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2060-2996

צו ר׳ זלמנען פלעגן אויך אריינקומען שטאטישע קרימטן אויפנייען א מלבוש. זיי האבן געװוסט, אז זלמן ארבעט גוט און ערלעך. איצמאל האט א פוילישער פאסט־ באאמטער באשטעלט ביי אים אויפצונייען א קורטקע מיט לעדער געפוצט. א גאנצע װאך האבן אלע אחינגעארבעט אין דעם מלבוש, פאר װעלכן ר׳ זלמן האט געדארפט באקומען 20 גילדן. ביים אפנעמען האט דער פאליאק געגעבן נאר 12 גילדן. ר׳ זלמן האט גענומען טענד,ן, אז מ׳האט זיך אנדערש מושװר, געװארן און גענומען אים צוריקרוקן דאם געלט. דערביי איז זױץ מטבע אראפגעפאלן אויפן דיל. דער באאמטער האט שוץ גענומען רעדן העכער? הײסט עם, אז דער ײד האט באלײדיקט דעם פוילישן עמבלעם און דאם פוילישע פאלק, צי װײסט ער, דער יץ, װאם רערםא ר קומט זר׳ זלמן האט זיך דערשראקן, איז בלאס געװארן פץ שרעק און ער האט איבערגעבעט דעם כיטרען אנגעברוגזטן גוי. ר׳ זלמן האט נאך געטראכט װעגן גומל בענטשן. אויסגענומען דורך י. כהן

passage_21c04b5e44f010c6d35bdcec